רוים, איטאַליע. — דער אוניווערסיטעט פֿון באָלאָניע, איטאַליע, האָט איבערגעגעבן, אַז אין זײַן ביבליאָטעק האָט מען אַנטדעקט די עלטסטע באַקאַנטע אָפּגעהיטע ספֿר-תּורה אין דער וועלט. על-פּי-טעות, איז דער אַלטער פּאַרמעט, 36 מעטער די לענג און 64 צענטימעטער די ברייט, געווען פֿריִער דערקלערט אינעם קאַטאַלאָג ווי אַ דאָקומענט פֿונעם 17טן יאָרהונדערט. איצט האָט מען באַשטעטיקט, אַז „די ספֿר-תּורה נומער צוויי‟ איז אָנגעשריבן געוואָרן צווישן דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 12טן און אָנהייב דעם 13טן יאָרהונדערט — מיט 800 יאָר צוריק. אַ צאָל עלטערע קאָפּיעס פֿון דער תּורה — למשל, דער „לענינגראַדער קאָדעקס‟, וועלכער ליגט אין דער מלוכישער ביבליאָטעק פֿון פּעטערבורג, רוסלאַנד, און אַנטהאַלט דעם גאַנצן תּנ״ך — זענען אָדער כּתבֿ-ידן, אָדער טיילווײַזע פּאַרמעטן, און נישט ספֿר-תּורהס.
ווען ד״ר מאַוראָ פּעראַני, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִש, האָט געאַרבעט איבער דעם נײַעם קאַטאַלאָג פֿון העברעיִשע כּתבֿ־ידן בײַם באָלאָניער אוניווערסיטעט, האָט ער באַמערקט, אַז די ספֿר-תּורה איז אַ סך עלטער, ווי מע האָט פֿריִער געמיינט. די פֿאָרשער האָבן דורכגעפֿירט אַן אַנאַליז פֿונעם טעקסט, שריפֿט און גראַפֿישע פּרטים פֿון דער ספֿר-תּורה. דערנאָך, האָבן דער אוניווערסיטעט פֿון אילינוי און פֿון אורבאַנע-שאַמפּיין דורכגעפֿירט אַ זויערשטאָף-אַנאַליז און באַשטעטיקט דעם עלטער פֿונעם פּאַרמעט.
אינעם יאָר 1889, האָט דער אוניווערסיטעט צונויפֿגעשטעלט דעם אַלטן קאַטאַלאָג פֿון העברעיִשע מאַנוסקריפּטן. ווען פּעראַני האָט באַקוקט די ספֿר-תּורה, האָט ער באַלד באַמערקט, אַז, לויט אַ סך סימנים, שטימט נישט איר אמתער עלטער מיט דער דאַטע אינעם קאַטאַלאָג. ס׳איז נישט קלאָר, ווי אַזוי דער אַלטער ייִדישער פּאַרמעט איז אָנגעקומען אין דער ביבליאָטעק. די אוניווערסיטעט-אַדמיניסטראַציע האָט איבערגעגעבן, אַז „כּמעט זיכער‟ האָט עס צו טאָן מיט נאַפּאָלעאָנס קאַמף קעגן מאָנאַסטירן און קריסטלעכע אָרדנס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.