נאָר וואָס איז אַוועק אין דער אייביקייט דער ייִדישער שרײַבער און מלחמה־וועטעראַן מישע לעוו. זײַן לעבן אין ישׂראל און זײַן לוויה, וווּ קיינער פֿון דער ישׂראל־פּרעסע איז ניט געווען און וועגן דעם ניט געשריבן, האָבן אַרויסגערופֿן בײַ מיר טרויעריקע געדאַנקען און אַ פֿראַגע: צי געהערט די העלדישקייט פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן סאָלדאַט צום ייִדישן פֿאָלק?
יעדעס יאָר, דעם 9טן מײַ, מאַרשירן אויף די גאַסן פֿון ישׂראל די וועטעראַנען פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, אָדער ווי מע האָט עס גערופֿן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, „גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה‟; מיט אַלע זייערע אָרדנס און מעדאַלן. ניט איין מאָל האָב איך שוין געהערט אין דעם טאָג, ווי עמעצער פֿון די ישׂראלים, קוקנדיק אויף די וועטעראַנען גיט אַ זאָג: „הם לא מענין לי…‟ — „זיי זענען מיר ניט אינטערעסאַנט, זיי האָבן דאָך ניט געקעמפֿט פֿאַר ישׂראל…‟
מישע לעווס בוך „סאָביבאָר‟ איז איבערגעזעצט אויף עבֿרית. אייניקע אין ישׂראל און אויך די אָרטיקע זשורנאַליסטן האָבן געמיינט, אַז מישע לעוו איז דער אָנטיילנעמער פֿון דעם אויפֿשטאַנד אינעם טויט־לאַגער „סאָביבאָר‟. נאָר ווען מע פֿלעג זיך דערוויסן אַז ער, ווי אַ ייִדישער שרײַבער, האָט בלויז באַשריבן די העלדישע געשעענישן אין סאָביבאָר, און אַליין איז ער אין דער צײַט געווען אַ קאָמאַנדיר פֿונעם אויסשפּיר־שטאַב בײַ אַ פּאַרטיזאַנישן פּאָלק, האָט עס שוין אַרויסגערופֿן דעם גלײַכגילטיקן — „לא מענין…‟ — ניט אינטערעסאַנט…
פֿאַר אייניקע פּאָליטיקער אונדזערע, פֿאַר דער היגער מאַסן־מעדיאַ איז אַ קרבן פֿון אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער אַ סך וויכטיקער, ווי דער ייִדישער סאָלדאַט, וועלכער האָט אין די רייען פֿון דער „רויטער אַרמיי‟, דעם דאָזיקן קרבן פֿונעם טויט־לאַגער באַפֿרײַט. זיי, די פּאָליטיקער, האָבן ליב צו „זשאָנגלירן‟ מיט דער ציפֿער „6 מיליאָן‟. דאָס איז פֿאַר זיי אַן אַבסטראַקטע ציפֿער. נאָר ווען מע דאַרף פּראַקטיש העלפֿן אַ געוועזענעם קאַצעטלער, צי אַ וועטעראַן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה — איז שוין, „לא מענין…‟.
ווער זשע דאַרף טאַקע פֿאַרהיטן, דערציילן, שטאָלצירן מיטן העלדנטאַט פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן סאָלדאַט? מיט די, וואָס האָבן העלדיש געקעמפֿט און זײַנען געפֿאַלן אין די שלאַכטן אויפֿן פֿראָנט; פּונקט ווי די, וואָס זענען געבליבן נאָכן שלאַכט לעבן?
אין 1971 האָט די פּאָפּולערע סאָוועטישע צײַטונג „קאָמסאָמאָלסקאַיאָ פּראַוודאַ‟ אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל: „30 יאָר נאָך דעם העלדנטאַט פֿון אַלעקסאַנדער מאַטראָסאָוו‟. אַ. מאַטראָסאָוו האָט מיט זײַן קערפּער פֿאַרמאַכט די אַמבראַזור פֿון אַ פֿײַערפּונקט פֿון וועלכן ס’האָט געשאָסן אַ פֿאַשיסטישער קוילן־וואַרפֿער. אין דעם אַרטיקל ווערן דערמאָנט די פֿאַמיליעס פֿון די סאָוועטישע שלאַכטלײַט פֿון פֿאַרשיידענע נאָציאָנאַליטעטן, וועלכע האָבן דעם העלדנטאַט איבערגעחזרט חוץ… דעם ייִדישן לייטענאַנט יוסף בומאַגין.
איך האָב דעמאָלט אָנגעשריבן אין דער רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג אַ בריוו און באַקומען אַזאַ ענטפֿער: „אין דעם אַרטיקל ווערן ניט דערמאָנט אַלע נאַציאָנאַליטעטן. מיר האָבן עס אָנגעוויזן דעם מחבר פֿונעם מאַטעריאַל.‟ דאָס וואָרט ייִד איז פֿאַר דער סאָוועטישער מאַכט געווען טריף… איז ווער דאַרף הײַנט דערציילן וועגן דעם ביראָבידזשאַנער ייִד יוסף בומאַגינען, אַ געבוירענער אין ווײַסרוסלאַנד, און אַ העלד פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אומגעקומען אין 1945, פֿאַרשטעלנדיק מיט זײַן קערפּער אַַ פֿאַשיסטישן פֿײַערפּונקט? סײַדן נאָר ביראָבידזשאַן, וווּ ס’איז דאָ אַ גאַס אויף זײַן נאָמען און געשטעלט געוואָרן אַ דענקמאָל?
איך ברענג ווײַטער אַן אויסצוג פֿון אַהרן ווערגעליסעס פּאָעמע „דאָס געזאַנג וועגן יוסף בומאַגינען‟:
…איך בין אַ רוסישער סאָלדאַט, אַ ייִד פֿון יענער זײַט סיביר,
עס האָבן די כינגאַנער בערג מיך אויפֿגעהויבן איבער צײַטן האַרבע.
די סיביריאַקעס חידושן זיך, קוקנדיק אויף מיר,
ווי איך בין היימיש מיטן קריג און מיט דער אַרבעט.
מײַן דור איז אויסגעוואַקסן אויף אַ רוסיש פֿעלד
מיט שטאַרקע אָדערן, מיט ברייטער ברוסט — אין מי דערוואָרבן,
און ווי אַ ברודער בין איך ענלעך אויף מאַטראָסאָוון דעם העלד,
און ווי אַ זון בין איך געראָטן אין בר־כּוכבאן.
מע זאָגט, אַז אין יאָר 1967, נאָך דער 6־טאָגיקער מלחמה, האָט מען געזען, אַז די ייִדן קאָנען קעמפֿן. ווייך געזאָגט, איז עס ניט אין גאַנצן אַזוי. דער ייִדישער סאָלדאַט אין דער סאָוועטישער אַרמיי איז געווען איינער פֿון די בעסטע שלאַכטלײַט! מער ווי הונדערט ייִדן האָבן באַקומען פֿאַר זייערע העלדנטאַטן דעם העכסטן ערן־טיטל „העלד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟, און הונדערטער האָבן אים ניט באַקומען נאָר דערפֿאַר, ווײַל זיי זענען געווען ייִדן! כ’רעד שוין ניט וועגן די טויזנטער און טויזנטער ייִדישע שלאַכטמענער, וואָס האָבן באַקומען פֿאַר זייער העלדישקייט אין דער צווייטער וועלט־מלחמה פֿאַרשיידענע אָרדנס און מעדאַלן. זייערע העלדנטאַטן האָט די סאָוועטישע מאַכט פֿאַרשוויגן, ניט געשריבן, ניט דערציילט. מ’האָט נאָר פֿאַרשפּרייט ליגנס, אַז די ייִדן האָבן געקעמפֿט אין טאַשקענט…
אַזוי איז שוין אָנגענומען אין דער ישׂראל־ווירקלעכקייט, אַז אַ ייִד, וואָס האָט געקעמפֿט אין אַ ייִדישן פּאַרטיזאַנישן אָטריאַד, איז כּשר. און אַ ייִד וועלכער איז ווי אַ „ברודער מיט מאַטראָסאָוון‟, וועלכער האָט אין איינעם מיט די סאָלדאַטן פֿון אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן געקעמפֿט קעגן די פֿאַשיסטן — איז אַ טריפֿניאַק!
…און כ’דאַנק אײַך מײַנע יאָרן! איך דאַנק אײַך איצט פֿאַר אַלץ:
פֿאַר ניכטערקייט און וווּקס, פֿאַר אָפֿנקײט פֿון אויגן,
פֿאַר גלויבן און פֿאַר וויי, פֿאַר שטײַפֿקײט פֿונעם האַלדז,
פֿאַר קאָפּ, וואָס וועט פֿאַר קיינעם זיך ניט בויגן!…
די סטראָפֿע איז פֿון בוזי אָלעווסקיס אַ ליד, וואָס איז אָפּגעדרוקט אין דער זאַמלונג „די לירע‟ („סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟, 1985). דער צונויפֿשטעלער איז געווען דער ייִדישער פּאָעט, מיטאַרבעטער פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟, באָריס מאָגילנער. אפֿשר איז דאָס ביכל פֿאַר עמעצן אַדורך אומבאַמערקט, נאָר איך מיין, אַז ס’איז זייער אַ וויכטיקע אויסגאַבע, אַ וויכטיקער אויפֿטו! די דאָזיקע זאַמלונג איז געווידמעט דער שאַפֿונג פֿון 23 סאָוועטישע ייִדישע דיכטער־פֿראַנטאָוויקעס, וועלכע האָבן זיך ניט אומגעקערט פֿונעם שלאַכטפֿעלד. אין זכּרון פֿון ייִדישן פֿאָלק דאַרפֿן זייערע נעמען פֿאַרבלײַבן אי ווי ייִדישע פּאָעטן, אי ווי די, וואָס זענען געפֿאַלן אין שלאַכט קעגן די דײַטשישע פֿאַשיסטן!
פֿון דעסטוועגן, קיין גרויסע טענות צו די ישׂראל־פּאָליטיקער, זשורנאַליסטן און סתּם בירגער קאָן מען ניט האָבן. ישׂראל איז אַ טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק מיט אַן אייגענער אידעאָלאָגיע, פֿילאָסאָפֿיע, צומאָל מיט אַ שמאָל־פּראָווינציעלן דענקען און שטעלט ניט פֿאָר דאָס גאַנצע וועלט־ייִדנטום. ס’זײַנען דאָך דאָ ניט ווייניק אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע וועלט־אָרגאַניזאַציעס, ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַ סך לענדער. אפֿשר איז כּדאַי צו שאַפֿן אַ מוזיי פֿון ייִדישער גבֿורה, וואָס וועט דערציילן וועגן שלאַכטמענער — ייִדן איבער דער וועלט, וועלכע האָבן אָנטייל גענומען אין פֿאַרשיידענע מלחמות…
נאָך אַ ציטאַט: „פֿעדיע פּימענאָוו, ניקאָלײַ סערגייעוו און איך ליגן אויפֿן דיל, וואָס איז פֿאַרשפּרייט מיט שטרוי. און כאָטש מיר זײַנען טויט מיד, קאָנען מיר ניט אײַנשלאָפֿן: דער מאָגן איז פּוסט, עס נאָגט אונטערן לעפֿעלע. און דער עיקר — ס’איז ביטער אויף דער נשמה. די לעצטע שלאַכט פֿאַרשטעלט אַלץ, וואָס איז געווען ביז הײַנט…‟ — דאָס איז אַן אויסצוג פֿון מישע לעווס ביכל „ווען ניט די פֿרײַנד מײַנע…‟ זאָל ער, מישע לעוו, פֿאַרבלײַבן אין אונדזער זכּרון, ווי אַ יונגער לייטענאַנט, אויף וועלכן עס וואַרטן נאָך שווערע בלוטיקע שלאַכטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.