פּלמחים, ישׂראל. — די ישׂראלדיקע פֿאַבריק פֿון דער קאָמפּאַניע „אַנטזאַלצונג-ענטערפּרײַזעס‟, וועלכע עפֿנט זיך אינעם קומענדיקן חודש אין שׂורק, אויף דרום פֿון תּל-אָבֿיבֿ, וועט פּראָדוצירן יעדן טאָג ביז 26,000 קובישע מעטער אָדער כּמעט 7 מיליאָן גאַלאָן פֿון טרינק-וואַסער. ווי די נײַער פֿאַבריק וועט אָנהייבן אַרבעטן אין פֿולער קראַפֿט, וועט זי ווערן די גרעסטע אונטערנעמונג פֿון אַזאַ מין אין דער וועלט.
די פֿאַבריק שטייט בײַם ישׂראלדיקן דרומדיקן ים-ברעג. ווען די בויער גיין פֿאַרבײַ דורך די זאַמדיקע קאָרידאָרן צווישן ריזיקע פֿירעקיקע בנינים, הערט מען דעם עכאָ פֿונעם רוישיקן וואַסער פֿון הינטער אַ צעמענט-מויער. די רער-ליניעס, באַגראָבן כּמעט 50 פֿוס אונטער דער ערד, ברענגען דאָס זאַלץ-וואַסער פֿונעם מיטל-לענדישן ים, כּמעט 4,000 פֿוס ווײַט פֿונעם ברעג, און גיסן עס אַרײַן אין דער סיסטעם פֿון פֿילטערס און אַנטזאַלצונג-מאַשינען. במשך פֿון 90 מינוט, קאָן דאָס געוועזענע זאַלציקע ים-וואַסער באַנוצט ווערן אין די תּל-אָבֿיבֿער הײַזער.
רפֿאל סמיט (סעמיאַט), אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם חיפֿהר „טכניון‟ און אַ מיטגליד פֿון דער ישׂראלדיקער „אַנטזאַלצונג-געזעלשאַפֿט‟, האָט דערקלערט, אַז ביז הײַנט האָבן די ישׂראלים געטענהט, אַז זייער לאַנד האָט נישט קיין אייגן טרינק-וואַסער און איז אָפּהענגיק פֿון די זעלטענע רעגנס. אַ דאַנק אַ ריי אַזעלכע פֿאַבריקן, וועט מען קאָנען באַזאָרגן די באַפֿעלקערונג מיטן ריינעם וואַסער. „אַנשטאָט דעם הימל‟, האָט צוגעגעבן סמיט, „וועט דער כּמעט ענדלאָזער קוואַל פֿונעם ים-וואַסער קאָנען לעשן דעם דאָרשט‟.
ביז די לעצטע פּאָר יאָר, זענען די טריקענישן געווען אַ גרויסע צרה אין ישׂראל. פֿון 2004 ביז 2011, האָט דאָס לאַנד געליטן כּסדר פֿון וואַסער-מאַנגל. דער ים-הכּנרת — אַן אָזערע אינעם גליל-ראַיאָן, וואָס דינט ווי אַ גרויסער נאַטירלעכער רעזערוווּאַר פֿון פֿריש וואַסער — איז שיִער נישט אויסגעשעפּט געוואָרן. די רעגירונג האָט דעמאָלט דורכגעפֿירט אַ ברייטע רעקלאַמע-קאַמפּאַניע, בעטנדיק די ישׂראלים צו שפּאָרן וואַסער.
הײַיאָר, האָט דאָס וואַסער אינעם ים-הכּנרת זיך אומגעקערט כּמעט צו דעם נאָרמאַלן ניוואָ. פֿונדעסטוועגן, האָבן די ישׂראלדיקע אינזשענירן באַשלאָסן, אַז מע מוז לייזן די דאָזיקע פּראָבלעם דורך אַ שטענדיקן וואַסער-קוואַל. אינעם יאָר 2005, האָט זיך אין אַשקלון געעפֿנט די ערשטע אַנטזאַלצונג-פֿאַבריק, אויפֿגעבויט לויט דעם מוסטער פֿון אַן ענלעכער געראָטענער אונטערנעמונג אין ציפּערן. די ישׂראלדיקע פֿירמע „אַנטזאַלצונג-ענטערפּרײַזעס‟ האָט 400 אַזעלכע זאַוואָדן אין 40 לענדער; מיט די אַמעריקאַנער סובסידיעס, פּלאַנירט זי אויפֿצושטעלן דעם גרעסטן אַנטזאַלצונג-זאַוואָד אין אַמעריקע. דער דאָזיקער גרויסער פּראָיעקט, אויף אַ סומע פֿון 922 מיליאָן דאָלאַר, וועט באַזאָרגן מיט וואַסער די געגנט אַרום דער שטאָט סאַן-דיעגאָ, שטאַט קאַליפֿאָרניע.
צוזאַמען מיט דער נײַער פֿאַבריק אין שׂורק, וועט „אַנטזאַלצונג-ענטערפּרײַזעס‟ פֿאַרמאָגן פֿיר אַזעלכע אונטערנעמונגען אין ישׂראל. 40 פּראָצענט פֿונעם טרינק-וואַסער אינעם לאַנד — 300 מיליאָן קובישע מעטער אַ יאָר — ווערט שוין פּראָדוצירט דורכן אַנטזאַלצונג-פּראָצעס. מיט דער נײַער פֿאַבריק, וועט די ציפֿער שטײַגן ביז 450 מיליאָן, און אינעם יאָר 2014, מיט דער הילף פֿון אַ צאָל אַנדערע זאַוואָדן — ביז 600 מיליאָן קובישע מעטער. לויטן פּלאַן, איז עס 80 פּראָצענט פֿונעם טרינק-וואַסער אינעם לאַנד.
אַזוי ווי אַנדערע אַזעלעכע אונטערנעמונגען, וועט אין שׂורק אויסגענוצט ווערן דער פּראָצעס פֿון פֿאַרקערטן אָסמאָס. די זאַלץ און אַלע אַנדערע איבעריקע שטאָפֿן ווערן אָפּגעטיילט פֿונעם ים-וואַסער מיט דער הילף פֿון ספּעציעלע מעמבראַנען און פֿילטערס.
סמיט האָט דערקלערט, אַז דער אַנטזאַלצונג-פּראָצעס ברענגט נישט קיין היזק פֿאַר דער סבֿיבֿה. אַ טייל קריטיקער טענהן אָבער, אַז עס קאָסט צופֿיל עלעקטראָ-ענערגיע און עס קאָן יאָ גורם זײַן געוויסע סבֿיבֿה-פּראָבלעמען. אין די יאָרן, ווען אין ישׂראל גייען כּסדר רעגנס, וועלן אַזעלכע פֿאַבריקן נישט קענען קומען צו נוץ. אורית סקולעצקי, די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם וואַסער-אָפּטייל בײַ דער ישׂראלדיקער „געזעלשאַפֿט פֿאַר נאַטור-פֿאַרהיטונג‟ האַלט אָבער פֿאַרקערט: אַדרבה, מיט דער הילף פֿון אַזעלכע מאַשינען קאָן מען אָנפֿילן די אויסגעטריקנטע טײַכלעך אינעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿונעם לאַנד און אויפֿהייבן צוריק דעם וואַסער-ניוואָ אינעם ים-הכּנרת.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.