במשך פֿון די לעצטע זיבן חדשים, האָבן אַ צאָל רעפֿאָרם ראַבינער־סטודענטן, און אַפֿילו עטלעכע ראַבינער, גערופֿן דעם ראַבינער־סעמינאַר, HUC-JIR, אָפּצוּוואַרפֿן די תּקנה, וואָס פֿאַרווערט אַפּליקאַנטן, וועלכע האָבן אַ נישט־ייִדיש ווײַב אָדער מאַן (אָדער פּאַרטנער).
אָבער לויט אַ צאָל אינטערוויוען מיט די פֿירער פֿון די רעפֿאָרם־אינסטיטוציעס, איז דאָס אַן ענין, וואָס מע וועט נאָך לאַנג דאַרפֿן אויספֿאָרשן און אַרומרעדן, איידער מע וועט מאַכן אַ באַשלוס.
לויט די כּללים פֿון HUC-JIR, שטייט בפֿירוש אָנגעשריבן, אַז מע וועט נישט אָננעמען קיין אַפּליקאַנט, וועלכער איז „פֿאַרקנסט צו, האָט חתונה געהאַט מיט, אָדער האָט אַ פּאַרטנער, וועלכער איז נישט קיין ייִד דורכן געבורט אָדער דורך גיור‟. ענטפֿערנדיק אויף דער פֿראַגע, „צי זאָל אונדזער ראַבינער־סעמינאַר אַרײַננעמען סטודענטן מיט נישט־ייִדישע פּאַרטנערס?‟ — האָט איין ראַבינער־סטודענט, דניאל קירזיין, פֿאַראַיאָרן אָקטאָבער, געטענהט אינעם זשורנאַל Reform Magazine, אַז אַזאַ פּאָליטיק „גייט קעגן דעם עיקר־ציל פֿון אונדזער באַוועגונג פֿון אײַנשליסן און מקרבֿ זײַן אַלעמען‟.
אַ צווייטער סטודענט, דזשאָרדאַן העלפֿמאַן, איז געגאַנגען נאָך ווײַטער. העלפֿמאַן, וועלכער דינט הײַנט ווי דער געהילף־ראַבינער אין Holy Blossom Temple אין טאָראָנטאָ, טענהט, אַז דאָס פֿאַרווערן אַפּליקאַנטן מיט אַ נישט־ייִדישן פּאַרטנער, איז אַ מין „ראַסע־דיסקרימינאַציע‟, ווײַל עס מיינט, אַז אַן אַפּליקאַנט, וועלכער גייט אַרויס מיט אַ מיידל אָדער בחור, וואָס האָט אַ ייִדישע מאַמע, אָבער ווייסט גאָרנישט וועגן ייִדישקייט, קאָן אָנגענומען ווערן אין דער שול, בעת אַן אַפּליקאַנט, וועלכער גייט מיט אַ נישט־ייִד, וואָס איז גרייט צו דערציִען די קינדער ווי ייִדן, וועט מען נישט אָננעמען.
הגם עס זענען שוין פּובליקירט געוואָרן אַ צאָל אַרטיקלען און בריוו, וואָס רופֿן צו בײַטן די תּקנה, האָט ראַבינער מײַקל מאַרמור, דער וויצע־פּרעזידענט פֿון אַקאַדעמישע ענינים בײַ HUC-JIR, באַטאָנט, אַז ס׳איז ווײַט נישט איינשטימיק.
„מיר האָבן נאָך נישט אויסגעפֿאָרשט דעם ענין, אָבער לויט מײַן השערה, זענען געוויסע מיטגלידער פֿון אונדזער פֿאַקולטעט שטאַרק קעגן דעם בײַטן די תּקנה,‟ האָט מאַרמור דערקלערט, בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟.
ריטשאַרד בלאָק, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון „טעמפּל תּפֿרת־ישׂראל‟ אין ביטשוווּד, אָהײַאָ, און דער פּרעזידענט פֿון דער CCAR (צענטראַלע קאָנפֿערענץ פֿון אַמעריקאַנער ראַבינער), האַלט אויך, אַז ס׳איז ווײַט נישט קלאָר, צי מע וועט דאָס בײַטן. „איך ווייס, אַז מע שמועסט וועגן דעם, אָבער דערווײַל איז עס טאַקע בלויז אַ שמועס,‟ האָט בלאָק געזאָגט. „איך זאָג פֿאָרויס, אַז אויב מע וואָלט געפֿרעגט די מיטגלידער פֿון דער CCAR ווי זיי האַלטן, וועלן אַ ממשותדיקע צאָל פֿון זיי זאָגן, אַז מע זאָל עס נישט בײַטן.‟
אינעם נײַסטן נומער פֿונעם זשורנאַל Sh‘ma: A Journal of Jewish Ideas, האָט דער פּרעזידענט פֿון HUC, ראַבינער דוד עלענסאָן, דערקלערט: „איך האַלט, אַז מע זאָל ווײַטער אָנהאַלטן די תּקנה, און איך באַטראַכט דאָס חתונה האָבן מיט ייִדן ווי אַ וויכטיקער ייִדישער אידעאַל.‟
ראַבינער לענס סאָסמאַן, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון „כּנסת־ישׂראל‟ אין עלקינס־פּאַרק, פּענסילווייניע, און אַ היסטאָריקער, האַלט אָבער, אַז די דיסקוסיע איז אַ לאָגישער רעזולטאַט פֿון לעבן אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס פּריידיקט אינדיווידואַליזם און די פֿרײַהייט פֿונעם יחיד. „זעט נאָר, וויפֿל האָליוווּד־פֿילמען שטיצן דעם געדאַנק פֿון געמישטע פּאָרפֿעלקער,‟ האָט ער געזאָגט, און געבראַכט ווי בײַשפּילן Beauty and the Beast, וווּ אַ שיין מיידל פֿאַרליבט זיך אין אַ ווילדער באַשעפֿעניש, און The Little Mermaid, וווּ אַ בחור און אַ ים־מיידל שפּילן אַ ליבע.
סאָסמאַן, דער מחבר פֿון אַ היסטאָרישער שטודיע וועגן דער ראָלע, וואָס רעפֿאָרם ראַבינער האָבן געשפּילט אין חתונה מאַכן געמישטע פּאָרפֿעלקער (2006), האָט געזאָגט, אַז די הײַנטיקע רעפֿאָרם־באַוועגונג באַגריסט אַזוי וואַרעם די געמישטע פּאָרפֿעלקער, אַז ס׳איז זייער מעגלעך, אַז די פֿירערשאַפֿט וועט מיט דער צײַט יאָ אָננעמען אַפּליקאַנטן מיט נישט־ייִדישע פּאַרטנערס.
בעת עריק יאָפֿי האָט, צווישן די יאָרן 1996 און 2012, געדינט ווי דער פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון רעפֿאָרם־יודאַיִזם‟, למשל, האָט מען אָפּגעשטעלט די פּראָגראַם, וואָס האָט געזאָלט צוציִען די נישט־ייִדישע פּאַרטנערס פֿון ייִדן זיך מגייר צו זײַן. „מיר זענען נאָך אַלץ גליקלעך אָנצונעמען די גרים, אָבער מיר פּרוּוון זיי מער נישט איבערצוצײַגן צו ווערן ייִדן,‟ האָט סאָסמאַן דערקלערט.
סאָסמאַן האָט צוגעגעבן, אַז ער וואָלט מסתּמא יאָ געשטיצט צו בײַטן די תּקנה. „איך האַלט, אַז מע דאַרף אָננעמען אַפּליקאַנטן מיט נישט־ייִדישע פּאַרטנערס, אויב זיי ווײַזן אַרויס פֿעיִקייטן ווי קהילה־פֿירער און קאָנען אַרײַנברענגען נײַע מענטשן, אָבער בלויז אויב זייער נישט־ייִדישער פּאַרטנער איז גרייט צו מאַכן אַ נדר צו דערציִען די קינדער ווי ייִדן.‟
דערווײַל האָט מאַרמור, וועלכער וווינט אין ירושלים, אָנגעשריבן אַן עסיי, וואָס דערקלערט ביידע צדדים פֿונעם אַרגומענט, כּדי צו סטימולירן אַ ווײַטערדיקע דיסקוסיע. אין דעם עסיי שטעלט ער אַזאַ פֿראַגע: „אויב מיר וועלן יאָ אָנהייבן אָננעמען אַפּליקאַנטן, וועלכע האָבן נישט קיין ייִדישן פּאַרטנער, לאָמיר שטעלן אַ צווייטע לאָגישע מעגלעכקייט: וואָס זאָלן מיר טאָן, אויב אַ פֿעיִקער מענטש, וואָס ווייסט אַ סך וועגן ייִדישקייט, און זאָגט, אַז אין האַרצן איז ער אַ ייִד, אָבער קיין באַווײַזן פֿון זײַן ייִדישן אידענטיטעט זענען נישטאָ (זײַנע עלטערן זענען נישט קיין ייִדן, און ער האָט זיך נישט פֿאָרמעל מגייר געווען), וויל זיך לערנען אויף ראַבינער אין אונדזער סעמינאַר? זאָל מען אים אויך אָננעמען?‟
„די פֿראַגע צווינגט אונדז ערנסט צו באַטראַכטן, וואָס באַטײַט הײַנט אַ ייִדישע אידענטיטעט,‟ האָט מאַרמור געזאָגט. „און דער עיקר — ווי אַזוי זאָלן מיר באַטראַכטן אונדזערע צוקונפֿטדיקע ייִדישע פֿירער?‟
דערווײַל זענען שוין פֿאָרגעקומען עטלעכע אומפֿאָרמעלע זיצונגען אויף די פֿיר קאַמפּוסן פֿון HIR-JIR: סינסינאַטי, לאָס־אַנדזשעלעס, ניו־יאָרק און אין ירושלים. מאַרמור האַלט, אַז מע וועט מיט דער צײַט צונויפֿשטעלן אַ קאָמיטעט פֿון ייִדישע טעאָלאָגן, דעמאָגראַפֿן, היסטאָריקער, סאָציאָלאָגן און תּלמודיסטן, וואָס וועלן באַטראַכטן דעם ענין פֿון אַלע זײַטן, איידער מע וועט באַשליסן צי מע זאָל יאָ, צי נישט אָפּוואַרפֿן די תּקנה.
„איך בין צופֿרידן וואָס מיר באַהאַנדלען דעם ענין אַזוי ערנסט,‟ האָט מאַרמור באַמערקט. „אַנדערע באַטראַכטן דאָס אפֿשר ווי אַ קאָפּווייטיק, אָבער איך זע עס ווי אַ גאָלדענע געלעגנהייט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.