אַ מאָל האָט דער געדאַנק, אַז עגיפּטן קאָן רעגירט ווערן פֿון דער „מאַכמעדאַנישער ברודערשאַפֿט‟, אויסגעזען ווי אַ קאָשמאַר פֿאַרן מיטל-מיזרח און דער מערבֿ-וועלט. עקספּערטן האָבן געטענהט, אַז ווי באַלד די „ברודערשאַפֿט‟ וועט אײַננעמען דעם מאַכט, וועט זי אָפּשאַפֿן דעם שלום-אָפּמאַך מיט ישׂראל, מאַכן יד-אַחת מיט „כאַמאַס‟ און, אויב דאָס איז נישט גענוג, באַנײַען די איבערגעריסענע באַציִונגען מיט איראַן. אָן מובאַראַק, האָט מען געוואָרנט, וועט „כאַמאַס‟ גיכער געווינען די שטימען פֿון די מעסיקע, און איראַן וועט פֿאַרשפּרייטן איר נעץ איבערן מיטל-מיזרח.
הײַנט, מער ווי צוויי יאָר נאָך דער רעוואָלוציע אין עגיפּטן, איז דער מצבֿ פּונקט אַ פֿאַרקערטער: מען קען נישט זאָגן, אַז די באַציִונגען צווישן ישׂראל און עגיפּטן זײַנען פֿרײַנדלעכע, אָבער, אייגנטלעך, איז דאָך דער שלום תּמיד געווען אַ קאַלטער. אויסער דעם, אָנשטאָט צו מאַכן אַ סוף צו דער באַלאַגערונג פֿון עזה און „כאַמאַס‟, האָט די איצטיקע עגיפּטישע רעגירונג פֿאַרמאַכט און פֿאַרשטאָפּט די טונעלן אונטער ראַפֿאַך. עס איז אויך זייער קלאָר, אַז איראַן וויל שליסן אַן אַליאַנץ מיט עגיפּטן אַ סך מער, ווי עגיפּטן — מיט איראַן.
ווי אַזוי זשע האָבן די פּאָליטישע מומחים געקאָנט עס פֿאַרזען? דער ענטפֿער איז: עגיפּטן איז צו שוואַך, אַז די רעאַלע פּאָליטיק און ריינע אינטערעסן זאָלן באַשטימען אירע פּאָליטישע אַליאַנצן.
כאָסני מובאַראַק פֿלעגט אויסנוצן ישׂראל ווי אַ מיטל אָפּצוּווענדן די באַפֿעלקערונג פֿון איר קריטיק קעגן זײַן ממשלה, אָבער אין אַלגעמיין האָט ער אָפּגעהיט אירע אינטערעסן, ספּעציעל וואָס שייך זיכערהייט. למשל, ווען עזה איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די פֿאַרברענטע שׂונאי-ישׂראל, „כאַמאַס‟, האָט עגיפּטן אָנטיילגענומען אין דער באַלאַגערונג פֿון דער טעריטאָריע; און כּדי „כאַמאַס‟ זאָל נישט פּרוּוון צו דערגאַנצן זײַן נצחון איבער „פֿאַטאַך‟, האָט עגיפּטן אײַנגעלאַדן די פֿאָרשטייער פֿון „כאַמאַס‟ און „פֿאַטאַך‟ אין עגיפּטן צו מאַכן שלום צווישן זיי.
קיינער האָט נישט דערוואַרט ,אַז די „מאַכמעדאַנישע ברודערשאַפֿט‟ וועט פֿאָלגן מובאַראַקס טריט.
ערשטנס, איז „כאַמאַס‟ געגרינדעט געוואָרן ווי אַן אָפּצווײַג פֿון דער „ברודערשאַפֿט‟. אויך צוליב אירע איסלאַמיסטישע פּרינציפּן וואָלט זיך געלייגט אויפֿן שׂכל זי זאָל סימפּאַטיזירן מיט דער זײַט, וואָס גלייבט אין קעמפֿן קעגן די ציוניסטן ביזן טויט.
בײַם אָנהייב האָט זיך געדאַכט, אַז דער פּעסימיזם איז געווען באַרעכטיקט. אין יולי 2012 האָט עגיפּטן אַנאָנסירט, אַז זי גייט עפֿענען די גרענעץ מיט עזה, כּדי צו דערמעגלעכן אַרײַנצופֿירן אַהין מער פּראָדוקטן, און פֿאַרטאָפּלען די צאָל פּאַלעסטינער, וואָס מעגן אַריבערגיין די גרענעץ יעדן טאָג. „כאַמאַס‟ האָט אַפֿילו געבעטן, אַז עגיפּטן זאָל לאָזן דעם ראַפֿאַך-איבערגאַנג אָפֿן אַ גאַנצן מעת-לעת. אָבער שוין אין אויגוסט איז די שׂימחה פֿאַרשטערט געוואָרן. באַוואָפֿנטע לײַט פֿון עזה האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין עגיפּטן און דאָרט געהרגעט 16 עגיפּטישע סאָלדאַטן און צוגעגנבֿעט אַ מיליטערישן אויטאָ. זיי זײַנען צוריקגעפֿאָרן אין עזה, אָבער די ישׂראל־מיליטער האָט זיי צום סוף דערשאָסן.
זינט דעמאָלט האַלט עגיפּטן אַן אויג אויף אַלץ, וואָס ס‘קומט פֿאָר אין עזה. די טונעלן פֿאַרנעמען אַ צענטראַל־אָרט אין דער שמוגלערײַ צווישן עזה און די בעדויִנער, וועלכע באַטראַכטן די איצטיקע אומסטאַבילקייט אין עגיפּטן, ווי אַ געלעגנהייט צו נעמען נקמה פֿאַר יאָרן־לאַנגע דערנידערונגען. עגיפּטן גיט זיך איצט אָפּ מיט פֿאַרפֿלייצן און ליקווידירן די טונעלן, ווי אויך מיט מיליטערישע אָפּעראַציעס אין צפֿון־סיני קעגן די פּאַלעסטינער און די לײַט, וואָס האָבן נישט קיין ריכטיקע דאָקומענטן. זייער אָפֿט איז דער ראַפֿאַך-איבערגאַנג פּשוט פֿאַרמאַכט.
אויך מיט איראַן ווערן די באַציִונגען נישט בעסער. די צוויי מדינות האָבן נישט געהאַט קיין דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען זינט 1979, ווען איראַן איז געוואָרן אַן „איסלאַמיסטישע רעפּובליק‟, און עגיפּטן האָט געמאַכט שלום מיט ישׂראל. עס וואָלט זיך געלייגט אויפֿן שׂכל, אַז די איסלאַמיסטישע רעגירונג אין עגיפּטן וואָלט געדאַרפֿט אַרויסווײַזן מער פֿרײַנדשאַפֿט צו אַ צווייטער מדינה, אַ שׂונא-ישׂראל, וואָס האָט אַזוי שטאַרק געשטיצט איר שוועסטער, „כאַמאַס‟.
איראַן האָט טאַקע געפּרוּווט נאָך דער רעוואָלוציע זיך דערנענטערן צו עגיפּטן, אָבער עגיפּטן איז דערפֿון נישט געבליבן באַגײַסטערט. די ערשטע סיבה איז: דאָס דערנענטערן זיך מיט איראַן, קאָן שאַטן עגיפּטן. איראַן האָט געזאָגט, אַז זי איז גרייט אַרויסצוהעלפֿן עגיפּטן מיט געלט, אָבער זי קאָן נישט געבן אַזוי פֿיל געלט ווי אַמעריקע, וואָס שטיצט די גאַנצע עגיפּטישע אַרמיי, אָדער קאַטאַר, וואָס האָט שוין איבערגעפּעקלט אין עגיפּטן שיינע ביליאָנען. פֿאַקטיש, האָבן די פֿײַנט פֿון איראַן אַ סך מער כּוח און געלט, ווי איראַן גופֿא. ווי זאָגט מען, ווער עס האָט די מאה, האָט די דעה.
די צווייטע סיבה, פֿאַרוואָס די באַציִונגען מיט איראַן בלײַבן שוואַכע איז דווקא, ווײַל די איצטיקע עגיפּטישע רעגירונג איז אַן איסלאַמיסטישע. די פּאַרטייען, ספּעציעל די סאַלאַפֿיסטישע פּאַרטייען, זײַנען חושד איראַן. הײַיאָר האָט מען אונטערגעחתמעט אַ טוריזם-אָפּמאַך מיט איראַן, אָבער נאָר איין גרופּע איראַנישע טוריסטן איז געקומען, ווײַל מ‘האָט אָפּגעשטעלט די טוריזם-פּלענער. פֿאַרוואָס? עטלעכע פּאַרלאַמענט־דעפּוטאַטן אין קאַיִר האָבן קלאָר געזאָגט, אַז טאָמער וועט מען אַרײַנלאָזן ווײַטער די איראַנישע טוריסטן, וועלן זיי זיכער פֿאַרשפּרייטן שיִיִטיזם אין לאַנד.
אין דעם לעצטן סך-הכּל וואָלט געווען אַ סטראַטעגישער טעות פֿאַר עגיפּטן צו בײַטן אירע אַליאַנצן. די אַליִיִרטע פֿון מובאַראַקס צײַטן בלײַבן מעכטיקער און ווייניקער שעדלעך ווי די מעגלעכע נײַע פרֿײַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.