אַ ניו־יאָרקער ייִנגל פֿון אינדישן אָפּשטאַם האָט דאָנערשטיק געוווּנען אַ לאַנדישן אויסלייג־קאָנקורס, אַ דאַנק זײַן אויסלייגן דאָס ייִדישן וואָרט „קניידל‟ ווי knaidel.
אין דער אמתן, איז דער אויסלייג פֿונעם וואָרט אַ ביסל מער קאָמפּליצירט. לויט די ריכטער איז זײַן ענטפֿער, knaidel, טאַקע געווען קאָרעקט; אָבער מע קאָן אין דער ליטעראַטור אויך געפֿינען דעם וואַריאַנט kneidel, און די, וועלכע קענען די ייִוואָ־תּקנות פֿון טראַנסקריפּציע, ווייסן, אַז מע שרײַבט עס אויך ווי kneydl. שטעלט זיך די פֿראַגע: צי וואָלטן די ריכטער אויך באַצייכנט יענע אויסלייגן פֿאַר ריכטיק?
ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט דאָס 13־יאָריק ייִנגל, אַרווינד מאַהאַנקאַלי, פֿון בייסײַד־הילס, געוווּנען בײַ 10 אַנדערע פֿינאַליסטן אינעם הײַיאָריקן „סקריפּס לאַנדישן אויסלייג־קאָנקורס‟, וואָס מע האָט אָפּגעהאַלטן אין נעשאָנאַל האַרבאָר, מערילאַנד. זײַנע פּריזן: 30,000$ מזומן; אַן אַמעריקאַנער שפּאָר־אָבליגאַציע — אַ מתּנה פֿון דער ווערטערבוך־פֿירמע „מעריאַם־וועבסטער‟, מיט אַ ווערט פֿון 2,500$, און פֿאַרשידענע אײַנקוק־ביכער פֿון „ענציקלאָפּעדיע בריטאַניקאַ‟ מיט אַ ווערט פֿון 2,000$. ער האָט אויך געוווּנען אַ גלאַנציקע טראָפֿעע גראַווירט מיט זײַן נאָמען.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָר האָט מאַהאַנקאַלי ביידע מאָל פֿאַרשפּילט דעם קאָנקורס צוליב זײַן פֿאַלש אויסלייגן דײַטש־אָפּשטאַמיקע ווערטער. האַלטנדיק הויך זײַן טראָפֿעע, האָט ער דאָנערשטיק דערקלערט: „די דײַטשע קללה האָט, סוף־כּל־סוף, זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ דײַטשער ברכה!‟ הגם „קניידל‟ איז נישט קיין דײַטש וואָרט, שטאַמט עס פֿונעם דײַטשן וואָרט knödel.
בעת די פֿינאַלן האָט מען אויך געפֿרעגט די קאָנקורענטן ווי אויסצולייגן אַ וואָרט, וואָס שטאַמט פֿון לשון־קודש, האָט ייִט״אַ איבערגעגעבן. האַנאַ קיציי, אַ תּלמידה פֿון דער „סיינט־אַן קאַטוילישער שול‟ אין לאַנקאַסטער, פּענסילווייניע, האָט מען, אין דער זעקסטער רונדע, געשטעלט דאָס וואָרט „הספּד‟. זי האָט עס ריכטיק אויסגעלייגט — hesped — אָבער איז אַרויסגעפֿאַלן, נאָך דעם ווי מע האָט זי געפֿרעגט וואָס דאָס וואָרט מיינט. דאָס איז אַ נײַער צוגאָב צום קאָנקורס: הײַנט פֿרעגט מען די קאָנקורענטן נישט בלויז דעם אויסלייג פֿונעם וואָרט, אָבער אויך דעם טײַטש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.