בױגנס פּאַפּיר פֿון אונטן ביז אױבן, רעכטס און לינקס, פֿאָרעמען זיך אין פּאַפּירענע װענט. די בױגנס באַװעגן זיך אױף זײערע פֿעדעם, הוידען זיך פֿונעם װינטל פֿון אַ פֿאַרבײַגײענדיקן באַזוכער.
די אױסשטעלונג „קעגן אַלע מניעות‟ [Against The Odds] האָט זיך געעפֿנט דעם 21סטן מײַ. זי איז די דריטע אױסשטעלונג אױף דער טעמע, װי אַזױ די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן געהאָלפֿן די אײראָפּעיִשע ייִדן, אינעם „מוזײ פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה“ [Museum of Jewish Heritage]. דער דיזײַן פֿון דער אױסשטעלונג, געשאַפֿן פֿון C&G Partners, מאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק. דאָס ערשטע, װאָס מען באַגעגנט, שױן בײַם אַרײַנגאַנג צו דער אױסשטעלונג — די בלעטעלעך פּאַפּיר, מיט בלאַסע אותיות מאַכן קלאָר, אַז דאָס זענען ביוראָקראַטישע דאָקומענטן, כאָטש מע קען זײ באמת נישט איבערלײענען.
פֿון אַן אַנדער ווינקל קוקט אַרויס אַן אײַ־פּאַד, װוּ מע קען זען אַ װעלט־מאַפּע מיט די פֿאַרשײדענע „סטאַנציעס‟ און זײערע שײכדיקע דאָקומענטן, װי למשל, אַ יאַפּאַנישע װיזע פֿון דער משפּחה קאַנאַרעק, װעלכע די משפּחה קעסטענבאַום האָט געהאָלפֿן זיך צו ראַטעװען. פֿאָטאָגראַפֿישע דאָקומענטן פֿון אַמעריקע און היטלער־דײַטשלאַנד אין די 1930ער; אױף אַ גרױסער לײַװנט ווערן געװיזן, װי אַ פֿילם, מאָמענטן מיט אַ היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿון דער צײַט. אויף דער אױסשטעלונג גופֿא דערצײלט מען די געשיכטע פֿון יחידים, משפּחות און אָרגאַניזאַציעס, װאָס האָבן געפּרוּװט העלפֿן.
װוּהין האָבן די ייִדן פֿון אייראָפּע געקענט אַנטלױפֿן? ס‘רובֿ מדינות האָבן נישט אַרײַנגעלאָזט קײן גרױסע צאָל אײַנװאַנדערער. אַמעריקע האָט, זינט די געזעצן פֿון די 1920ער, אָנגעפֿירט מיט אַ פּאָליטיק פֿון קװאָטעס, אַרײַנגעלאָזט אַ געװיסע צאָל אימיגראַנטן פֿון אַ לאַנד במשך פֿון אַ יאָר צײַט. דײַטשלאַנד האָט געהאַט אַ קװאָטע פֿון 25,957 מענטשן (פֿון 1932 ביז 1937), אָבער ביז 1936 זענען נאָר צװישן 1,300 און 6,000 פּליטים געקומען קײן אַמעריקע. מען האָט ניט געקענט אױסניצן די קװאָטע, װײַל אין אַ סך פֿאַלן האָט מען פּשוט ניט געהאַט קיין גאַראַנטיע, אַז מע װעט זיך קענען אױסהאַלטן און ניט דאַרפֿן אָנקומען צו עפֿנטלעכע געלטער פֿון דער אַמעריקאַנער מדינה. לױטן געזעץ האָבן די קאָנסולן געדאַרפֿט אָפּזאָגן אַלע, װאָס װעלן זיך אפֿשר ניט קענען אױסהאַלטן. צוליב דעם געזעץ האָט, למשל, אַלבערט אײַנשטײן געשריבן צו עלעאַנאָר ראָזװעלט אין 1941 אַ בריוו, װוּ ער זאָגט אַרױס זײַן מײנונג קעגן די שװעריקײטן, דער „מױער פֿון ביוראָקראַטישע מאָסמיטלען“ פֿון דער מדינה, מאַכט די אימיגראַציע אוממעגלעך.
חוץ דעם, איז עס אָפֿט מאָל ניט געװען מעגלעך צוצוגרײטן אַלע נײטיקע דאָקומענטן פֿאַר אַ װיזע צו דער צײַט. די פּליטים האָבן נישט באַקומען קײן באַזונדער סטאַטוס, נאָר מע האָט זײ באַטראַכט װי אַלע אימיגראַנטן, װאָס װילן אַרײַנפֿאָרן אין לאַנד. די אױסשטעלונג װײַזט, װי שװער עס איז געװען צו באַקומען װיזעס און װי אַזױ די ייִדן אין אַמעריקע האָבן זיך דאָך אַן עצה געגעבן צו דערמעגלעכן די אימיגראַציע פֿון אײראָפּעיִשע ייִדן.
צו באַקעמפֿן דעם אָנגענומענעם סטערעאָטיפּ פֿון ייִדישער פּאַסיװקײט אין אַמעריקע איז אַן עיקרדיקער ציל פֿון דער אױסשטעלונג. די לעבנס־געשיכטעס זענען דאָ פֿאַרשײדענע — יעדע מעשׂה איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך, און די פּאָליטישע מעגלעכקײטן און שװעריקײטן האָבן זיך געביטן פֿון חודש צו חודש. מע װײַזט דעם װעג פֿון עטלעכע משפּחות און װי אַזױ מענטשן, װי למשל, הערבערט ה. לעהמאַן אָדער יעקבֿ קעסטענבאַום האָבן באַװיזן צו ראַטעװען הונדערטער ייִדן. קעסטענבאַום האָט געניצט זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט קאָלעגעס אינעם פּעלץ־האַנדל אױף צו בעטן אַרױסצולאָזן אַפֿידײװיטן. מע זעט אַ מוסטער פֿון יענע קאַרטאָטעקן מיט די דאָקומענטן פֿון מער װי 700 מענטשן אינעם קעסטענבאַום־ביוראָ, און אין אַ באַזונדער טעקע קען מען געבן אַ קוק אױף אָריגינעלע דאָקומענטן און די פֿאַרװיקלטע װעגן פֿון די מענטשן.
בײַ דער עפֿענונג פֿון דער אױסשטעלונג זענען בײַגעװען עטלעכע משפּחות. מען האָט אױסגענוצט די געלעגנהײט און גענומען משפּחה־פֿאָטאָגראַפֿיעס אינעם שײנעם זאַל מיט די גרױסע גלעזערנע פֿענצטער, װאָס קוקן אַרױס אױף דער פֿרײַהײט־סטאַטוע פֿונעם מוזײ.
צװישן די װוּנדערלעכע דאָקומענטן, װאָס מע װײַזט, געפֿינט זיך אױך אַ טאָגביכל פֿון דער אַכט־יאָריקער לאָרע מאָזער, װאָס האָט באַקומען הילף, צוזאַמען מיט אירע טאַטע־מאַמע, פֿון הערמאַן שטערן. מען קען לײענען אויף דײַטש װעגן איר איבערלעבונג בײַם קאָנסולאַט. חוץ פּאַפּירענע דאָקומענטן, שטעלט מען אױך אױס געצײלטע אָביעקטן, װי למשל: צירונג, װאָס אַ מײדל, אַ נאָר װאָס מיט מזל אין אַמעריקע אָנגעקומענס, האָט דעמאָלט געמאַכט; אַ פֿאָטאָ־אַפּאַראַט (אַ שאַכטל־קאַמערע) פֿון אַלבערט מײַ, װעלכער האָט געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמײ און איז געװען אַ קריגסגעפֿאַנגענער אין אײראָפּע; אַ ציגל פֿון אַ פֿאַרם אין װירדזשיניאַ, װוּ ס‘האָבן זיך אויפֿגעהאַלטן 36 פּליטים פֿון אײראָפּע.
עס איז ניט קײן זײער גרױסע אױסשטעלונג, בלויז עטלעכע אַרײַנפֿיר־טעקסטן, װאָס דערמאָנען מערסטנס די סאַמע װיכטיקע פֿאַקטן; ס‘איז אָבער פּונקט גוט אַזוי, ווײַל מע קאָן זיך פֿאָקוסירן אױף די דאָקומענטן.
מע װעט קענען זען די אױסשטעלונג אַ גאַנץ קײַלעכדיק יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.