די פּאַרטיי, וואָס טראָגט דעם שיינעם נאָמען „פֿרײַהייט‟, שאַפֿט ייִדישע קאָפּווייטיקן אין אוקראַיִנע. די באַזע פֿון דער דאָזיקער נאַציאָנאַליסטישער פּאַרטיי געפֿינט זיך אין דעם מערבֿדיקן טייל פֿון לאַנד, היסטאָריש — גאַליציע, אָבער אירע אָנהענגער האָט זי געפֿונען אויך אין די מיזרחדיקע, היסטאָריש מער רוסיפֿיצירטע און סאָוועטיזירטע, געגנטן. בעת די וואַלן אין אָקטאָבער 2012 האָט די „פֿרײַהייט‟ באַקומען 37 ערטער אין דעם נאַציאָנאַלן פּאַרלאַמענט, „ראַדע‟. פֿאַר אַ סך מענטשן, ייִדן בתוכם, איז עס געווען אַ שאָקירנדיקער רעזולטאַט, אַ מין אַלאַרעם-סיגנאַל.
דער ייִדישער „ראַדע‟-דעפּוטאַט אַלכּסנדר פֿעלדמאַן האַלט, אַז נאָך די וואַלן האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַע פֿאַזע פֿון אַנטיסעמיטיזם אין אוקראַיִנע. פֿעלדמאַן האָט עס באַטאָנט אין זײַן אַרויסטרעטונג אין ירושלים, בשעת דעם „גלאָבאַלן פֿאָרום פֿאַר קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם‟, וואָס האָט צונויפֿגעקליבן הונדערטער דעלעגאַטן פֿון דער גאָרער וועלט. פֿעלדמאַן שטייט בראָש דער אוקראַיִנער דעלעגאַציע. אַ שווערער „אײַנדרוק‟ פֿון דער לאַגע האָט זיך געשאַפֿן ניט נאָר בײַ פֿעלדמאַנען. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט אויך אָפֿיציעל געלאָזט וויסן, אַז דער מצבֿ אין אוקראַיִנע איז ניט פֿון די בעסטע. אין יאָר 2012 איז די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אויסגעוואַקסן דאָרטן אויף 30 פּראָצענט. פֿעלדמאַן האַלט, אַז אַנטיסעמיטיזם „ווערט אין אוקראַיִנע פּאָליטיש מאָטיווירט, עפֿנטלעך און בעסער אָרגאַניזירט. אויב פֿריִער זײַנען שולדיק אין דעם געווען בדרך-כּלל יחידים-מאַרגינאַלן, טוען עס הײַנט די רעכטע אַקטיוויסטן און אַפֿילו אייניקע ׳ראַדע׳-דעפּוטאַטן‟.
קיין חידוש ניט, וואָס דער „פֿרײַהייט‟-עולם האָט אויפֿגעהויבן אַ געוואַלד אַרום פֿרידמאַנס אַרויסטרעטונג און, בכלל, דעם ירושלימער פֿאָרום און זײַנע דעלעגאַטן פֿון אוקראַיִנע. איגאָר מיראָשניטשענקאָ, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער פּאַרטיי (ער איז איינער פֿון די 37 דעפּוטאַטן) האָט געזאָגט, אַז אַזעלכע מענטשן ווי פֿעלדמאַן האָבן פֿײַנט אוקראַיִנע און די אוקראַיִנער. דאָס וואָרט „מאַרגינאַל‟ איז אַ פּנים פּאָפּולער אינעם איצטיקן לעקסיקאָן פֿון דער אוקראַיִנער פּאָליטיק. מיראָשניטשענקאָ האָט מיט אָט דעם וואָרט כאַראַקטעריזירט פֿעלדמאַנען, און פֿעלדמאַן, פֿון זײַן זײַט, האָט אויף דעם געענטפֿערט — פֿון ירושלים — אַז מיראָשניטשענקאָ איז אַליין אַ „מאַרגינאַל‟.
ס’איז דאָ אַ גרויסער אונטערשייד אין דער פּאָליטישער קולטור, וועלכע איז כאַראַקטעריש פֿאַר מערבֿ-אייראָפּע און פֿאַר די לענדער פֿון דער צענטראַלער און מיזרח-אייראָפּע. אין מערבֿ-אייראָפּע, ווי אויך אין צפֿון-אַמעריקע, קען ניט קיין געזעלשאַפֿטלעכער צי פּאָליטישער טוער זיך דערלויבן דעם לוקסוס צו זײַן אַן אָפֿענער אַנטיסעמיט (צי אַ ראַסיסט וכ’). אין מיזרח-אייראָפּע איז עס דערווײַל לחלוטין ניט אָסור. אַזאַ מענטשן וועט מען ניט לויבן, אָבער ער צי זי וועט ניט אַרויסגעוואָרפֿן ווערן פֿון דער „לײַטישער געזעלשאַפֿט‟.
דעם 14טן מײַ האָבן עטלעכע ייִדן, דעפּוטאַטן פֿון דער „ראַדע‟, באַקומען בריוו, אין וועלכע מע פֿאָדערט, זיי זאָלן וואָס גיכער פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. דער טעקסט פֿונעם בריוו, באַפּוצט מיט אַ סימבאָל פֿון דער „פֿרײַהייט‟, קלינגט אַן ערך אַזוי: „געערטער שמואל (אַלע ווערן אָנגערופֿן מיט אָט דעם נאָמען — ג.ע.), איר וווינט אין אוקראַיִנע און עסט אוקראַיִניש חזיר-פֿעטס (אַ סימן, אַז קיין כּשרע קיך האַלט מען ניט אין דער ׳ראַדע׳ — ג.ע.). מיר זײַנען צופֿרידן מיט אײַך כּל-זמן אַלץ איז שטיל, אָבער שטיל און רויִק וועט פֿאַר אײַך לאַנג ניט זײַן. אַזוי אַז קלײַבט צונויף אײַערע בעבעכעס און פֿאַרנעמט זיך פֿון דאַנעט, אַניט וועט זײַן צו שפּעט עס צו טאָן.‟ אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון „פֿרײַהייט‟ טענהט מען, אַז דאָס איז אַ פּראָוואָקאַציע, בפֿרט נאָך, אַז דער בריוו איז אָנגעשריבן אויף רוסיש — די שפּראַך, וועלכע די נאַציאָנאַליסטן נוצן ניט אין זייער אַרבעט. ס’איז דערווײַל ניטאָ, און וועט אפֿשר קיין מאָל ניט זײַן, קיין קלאָרער ענטפֿער אויף דער פֿראַגע, ווער עס שטייט טאַקע הינטער אָט די בריוו.
אַזוי צי אַזוי, אָבער אַזעלכע געשעענישן שפּיגלען אָפּ דעם עצם קלימאַט אין לאַנד, וווּ די עקאָנאָמיע געפֿינט זיך אין אַזאַ צושטאַנד, אַז מענטשן זוכן אַ שולדיקן, און פּאָליטיקער-פּאָפּוליסטן העלפֿן זיי אַזאַ שולדיקן צו געפֿינען. דעם המון רײַסן די אויגן די פֿילצאָליקע ייִדישע נעמען צווישן די רײַכסטע תּושבֿים פֿון אוקראַיִנע. אַלכּסנדר פֿעלדמאַן אַליין איז גאָר ניט דער לעצטער קבצן. מע שאַצט אָפּ, אַז ער „קאָסט‟ כּמעט 300 מיליאָן דאָלאַר. אים געהערט אין כאַרקאָוו דער מאַרק „באַראַבאַשאָוואָ‟ — דער גרעסטער מאַרק אין מיזרח-אייראָפּע.
אין דער אַנטיסעמיטישער פּראָפּאַגאַנדע פֿאַרגעסט מען ניט אויך אַנדערע ייִדישע נעמען, פֿון די לײַט וואָס האָבן געשפּילט פֿירנדיקע ראָלעס אין די סאָוועטישע יאָרן. צו איצטיקע ייִדן האָט מען אויך טענות צוליב זייער „רוסישקייט‟. ס’איז טאַקע אַזוי: ס’רובֿ ייִדן רעדן רוסיש און האַלטן אונטער די פּאָליטישע ריכטונגען, וועלכע שטעלן פֿאָר די אינטערעסן פֿון מיזרח-אוקראַיִנע.
מע האַלט, אַז אין אַ יאָר אַרום, ווען עס וועט זיך פֿאַקטיש אָנהייבן די פּרעזידענטישע קאַמפּאַניע, קען דער „ייִדישער פֿאַקטאָר‟ אָננעמען מיאוסע פֿאָרמען. הקיצור, אוקראַיִנע קען נאָך אונטערטראָגן ניט ווייניק סורפּריזן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.