פּאַריז. — אַ פֿראַנצייזיש שטעטל, וווּ צענדליקער אײַנוווינער האָבן געראַטעוועט טויזנטער ייִדן פֿונעם חורבן, וועט עפֿענען אַ מוזיי אין אָנדענק פֿון די אַקציעס פֿון די דאָזיקע נישט־ייִדישע העלדן.
דער „מוזיי לזכּרון שאַמבאָן‟ וועט עפֿענען אירע טירן דעם 5טן יוני אין שאַמבאָן־סיר־ליניאָן, אין דרום־פֿראַנקרײַך, גיט איבער די פֿראַנצייזישע נײַעס־אַגענטור AFP.
דער מוזיי וועט אָפּמערקן די אַקציעס פֿון, צום ווייניקסטן, 35 אײַנוווינער, וועלכע האָבן, לויט „יד־ושם‟ אין ירושלים, אויסבאַהאַלטן בערך 5,000 ייִדן אונטער דער פּראָ־נאַציסטישער ווישי־רעגירונג, און דערבײַ געראַטעוועט זיי פֿון דעפּאָרטאַציע און אַ זיכערן טויט.
מיט דער ראַטיר־אַקציע האָט אָנגעפֿירט דער גלח פֿונעם שטעטל, אַנדרע טראָקמע, און זײַן פֿרוי, מאַגדאַ. דאָס פּאָרל, און 33 אַנדערע שכנים, ווערן באַצייכנט בײַ „יד־ושם‟ ווי חסידי אומות העולם. אַ טייל פֿון די ייִדן האָט טראָקמע אויסבאַהאַלטן אין שטעטל, און אַ סך אַנדערע האָט ער אַרויסגעשמוגלט אין דער נייטראַלער שווייץ.
„יד־ושם‟ גיט איבער, אַז די ווישי־אינסטאַנצן האָבן זיך דערוווּסט וועגן טראָמקעס אַקטיוויטעטן און האָבן אים געוואָרנט זיי אָפּצושטעלן. ער האָט זיי געענטפֿערט: „די מענטשן זענען געקומען צו מיר נאָך אַ מקום־מיקלט. איך בין זייער פּאַסטעך. אַ פּאַסטעך פֿאַרלאָזט נישט זײַן סטאַדע… איך ווייס נישט וואָס ס׳מיינט אַ ייִד, אָבער איך ווייס יאָ וואָס ס׳מיינט אַ מענטש.‟
מע האָט טראָקמען אַרעסטירט, אָבער שפּעטער באַפֿרײַט. זײַן שוועסטערקינד, דאַניעל טראָקמע, דער דירעקטאָר פֿון אַן אָרטיקער קינדערהיים, האָט מען, צוליב זײַן ראַטעווען ייִדישע קינדער, געשיקט אין בוכענוואַלד, וווּ ער איז אומגעקומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.