ס׳איז שווער צו גלייבן, ווי דאָס לעבן האָט זיך געביטן אין די לעצטע עטלעכע דורות. פֿריִער, דאַרף מען האַלטן אין זינען, אין משך פֿון צענדליקער טויזנטער יאָרן, האָט זיך כּמעט גאָרניט געביטן. איין דור האָט געלעבט פּונקט ווי דער פֿריִערדיקער: די מענער פֿלעגן גיין אין וואַלד אויף געיעג, זיך שלאָגן מיט ווילדע חיות און מיט דער אומברחמנותדיקער נאַטור, בשעת די פֿרויען פֿלעגן קלײַבן עסן פֿון דער אַרומיקער סבֿיבֿה און אַכטונג געבן אויף דער היים. פֿאַר די עלטסטע פֿונעם שבֿט (אפֿשר אין זייערע 40ער) האָט מען געהאַט גרויס דרך־ארץ, ווײַל זיי האָבן דאָך געוווּסט, ווי אַזוי זיך צו פֿירן אין שווערע צײַטן; זיי פֿלעגן אָפּהיטן די גאַנצע חכמה פֿון כּישוף, ריטואַל, קרבנות אאַז”וו, וואָס מע האָט געדאַרפֿט, כּדי צופֿרידן צו שטעלן די פֿאַרשיידענע געטער און שדים, וואָס האָבן געהאַט די גאַנצע שליטה איבערן לעבן.
הײַנט איז אָבער אַנדערש. דאָס לעבן בײַט זיך מיט אַזאַן אימפּעט, אַז יעדער דור שטעלט מיט זיך פֿאָר כּמעט אַ באַזונדער מין מענטשהייט אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿריִערדיקן, ווי דער מאָדערנער “האָמאָ סאַפּיענס” אַנטקעגן דעם אַלטן נעאַנדערטאַל. און אַז מע קוקט אויף עמעצן פֿונעם ייִנגערן דור, זעט מען, אַז ער האָט שוין אַ גאַנץ אַנדער טעכנאָלאָגיע, ער האָט “אַנטדעקט פֿײַער” און “געשאַפֿן די ראָד”. די אַלטע מיט זייער גאַנצער “חכמה”, ווידער, האָט מען אַוועקגעשיקט אין אַ מושבֿ־זקנים, ווײַל זיי קענען ניט אויסקומען מיט אַזוי פֿיל נײַע זאַכן און האָבן מורא אַרויסצוגיין פֿון שטוב. אַז אַ יונגער מענטש רעדט מיט אַן עלטערן, וואָס געדענקט נאָך די מלחמה־יאָרן, אָדער ווי ער פֿלעגט מעלקן די קי און שעפּן וואַסער פֿונעם אַלטן ברונעם, דאַכט זיך, אַז ער האָט נאָך געלעבט אין תּנ”כישע צײַטן.
פֿון איין זײַט, איז מען הײַנט צופֿרידן צו לעבן לענגער. איך בין ניט לאַנג צוריק געוואָרן 35 יאָר אַלט, און מיט יאָרן צוריק וואָלט איך מסתּמא שוין געווען געשטאָרבן עטלעכע מאָל: פֿון אַן אַטאַקע פֿון אַ בער אָדער אַ וואָלף, אין שלאַכט מיט אַ שכנותדיקן שבֿט, אָדער פֿון עפּעס אַ קרענק, וואָס הײַנט נעמט מען אײַן פֿאַר דעם אַן אַנטיביאָטיק. אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, איז אַ חידוש צו זען, ווי אַנדערש זײַנען די ייִנגערע פֿון מיר, וואָס גייען אַרום מיט “קלוגע” טעלעפֿאָנען און טאַבלעט־קאָמפּיוטערס צוגעטשעפּעט צו די הענט, ווי האַלבע ראָבאָטן.
האָב איך אַ ביסל געפֿאָרשט: וווּ זשע שטעקט זייער אַנדערשקייט?
די דעמאָגראַפֿן באַצייכענען מײַן דור — געבוירענע פֿון די מיט-1960ער ביז די מיט-1980ער יאָרן — ווי “גענעראַציע X”; דערפֿאַר X, ווײַל מע האָט קודם ניט געוווּסט, מיט וואָס מיר וועלן זיך אויסצייכענען. ייִנגער פֿון אונדז איז “גענעראַציע Y”, אויך באַקאַנט ווי די “יאָרטויזנטער” (Millennials); און הײַנט רעדט מען שוין פֿון “גענעראַציע Z”: די וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן אין די סוף 1990ער און אינעם נײַעם יאָרטויזנט. (ווי אַזוי מע וועט רופֿן די ווײַטערע דורות נאָך Z, ווייסט מען ניט, אָבער דערווײַל האָט מען צײַט, ביז די קינדער וועלן אויסוואַקסן.)
דער גרויסער דור פֿונעם 20סטן י”ה — און ער הייסט טאַקע דער “גרעסטער דור” אין אַמעריקאַנער ענגליש — איז דער, וואָס האָט איבערגעלעבט די גרויסע דעפּרעסיע און געוווּנען די צווייטע וועלט־מלחמה. דערנאָך איז געקומען דער “שטילער דור”, געבוירענע פֿון די מיט־1920ער יאָרן ביז 1945, און דערנאָך דער אַזוי גערופֿענער “בייבי בום” (אפֿשר “קינדערקראַך”?). די “בומער” האָבן בשעתּם געהאַט אַ שם פֿאַר ראַק־מוזיק, פֿרײַער ליבע, קאָלירפֿולער קליידונג, און סאָציאַלן פּראָטעסט, אָבער פֿאַקטיש האָבן די סאָציאַלע פּראָצעסן, וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן מיט זיי, זיך ווײַטער אַנטוויקלט און פֿאַרשטאַרקט אין די ווײַטערדיקע דורות Y ,X און Z.
קודם־כּל, ווערן אַלץ שוואַכער די טראַדיציאָנעלע ווערטן און דער וועלטבאַנעם פֿונעם “גרעסטן דור”. ס’רובֿ זײַנען ניט געווען שטאָק פֿרום, די מערסטע האָבן געהערט צו פֿאַרשיידענע מעסיקע פּראָטעסטאַנטישע סעקטעס; אָבער פֿאָרט האָבן 95% געהערט צו עפּעס אַ רעליגיעזער גרופּע. בײַם הײַנטיקן יונגן דור, ווידער, האָבן אַ גאַנצער דריטל ניט קיין שום פֿאַרבינדונג מיט רעליגיע. דערבײַ איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז אין דער גאַנצער באַפֿעלקערונג איז דער פּראָצענט אַפּיקורסים העכער צווישן מענער (23%) ווי צווישן פֿרויען (17%). 66% פֿון אַמעריקאַנער פֿרויען טוען תּפֿילה כאָטש איין מאָל אַ טאָג, אָבער פֿון די מענער — נאָר 49%.
וואָס שייך ליבע־באַציִונגען, האָבן כּמעט 60% פֿון אַמעריקאַנער מיט 50 יאָר צוריק נאָך חתונה געהאַט אין זייערע 20ער, און הײַנט — בלויז 23%. די “גענעראַציע Yער” זײַנען זייער ליבעראַל לגבי סעקסועלע ענינים; 73% גלייבן אין האָמאָסעקסועלע חתונות, כאָטש 44% מיינען, אַז די אינסטיטוציע פֿון זיווגשאַפֿט איז סײַ ווי פֿאַרעלטערט געוואָרן.
דער יונגער דור ווערט עטניש און קולטורעל אַלץ מער פֿאַרשיידן. אינעם דור פֿון מײַן זיידן (זאָל ער לעבן און זײַן געזונט) זײַנען 83% פֿון אַמעריקאַנער “ווײַס”; “גענעראַציע Y” איז שוין 20% לאַטינאָ, 14% אַפֿריקאַן־אַמעריקאַניש, 5% אַזיאַטיש, און 4% געמישט אָדער “אַנדערש”. ווי לאַנג וועט עס נאָך האָבן אַ שׂכל צו צעטיילן מענטשן לויט די דאָזיקע אַלטע ראַסישע קאַטעגאָריעס, וואָס פּאַסן באמת ניט? (זיכער ניט פֿאַר די לאַטינאָס און די געמישטע.)
טעכנאָלאָגיש זײַנען די יונגע אויך ווײַטער אַנטוויקלט ווי זייערע עלטערן: 72% באַניצן זיך מיט “קלוגע” מאָביל־טעלעפֿאָנען, אַנטקעגן 28%־39 פֿון די “בומער”. אַ סך “גענעראַציע Yער” זײַנען אַזוי אָפּהענגיק אין די “סאָציאַלע מעדיומס”, אַז ווען זיי הערן אויף זיך צו באַניצן זיך מיט זיי, לעבן זיי איבער דעם זעלבן ווייטיק ווי אַ נאַרקאָמאַן וואָס הערט אויף נעמען נאַרקאָטיק.
פֿאַר אונדז אַלטע איז אָבער דאָ איין טרייסט: מיר ווייסן, אַז ווען די דאָזיקע יונגיטשקע וועלן זײַן אין אונדזערע יאָרן, וועט דער שפּאַלט צווישן די דורות זײַן נאָך גרעסער ווי הײַנט, און „גענעראַציע Y וועט זיך פֿילן נאָך מער נעאַנדערטאַליש לגבי “גענעראַציע Z”. דאָס איז פֿאַר אונדז אַ שטיקל נקמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.