פֿראַגן פֿון עסן

Food Issues


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 03, 2013, issue of June 21, 2013.

ס’איז ניט ווייניק אָנגעשריבן געוואָרן וועגן ענגלישע מאכלים. דער עיקר, וועגן דעם אַז קיין ריכטיקע מאכלים זײַנען זיי ניט. עסן קען מען זיי, אָבער קיין גרויסע הנאה האָט מען פֿון דעם ניט. ווען איך עס ערגעץ בײַ טאָג אין אַ ריכטיקער ענגלישער קנײַפּע, קלײַב איך אויס גאַנץ אָפֿט קאַרטאָפֿל — אַ געבאַקענעם, מיט עפּעס אַ געפֿילעכץ. דאָס איז אַ „רויִקער‟ מין עסן, וואָס איז שווער צו פּטרן.

אָבער עס איז דאָ אַ זאַך אין דער ענגלישער קיך, וואָס איך האָב באמת ליב. דאָס איז — טיי. בפֿרט, טיי מיט „סקאָונס‟. טאָמער עמעצן איז ניט באַקאַנט דאָס „ייִדישע‟ וואָרט סקאָון, איז עס אַ געבעקס אַזאַ, וואָס מע עסט מיט טיי. דערבײַ צעשנײַדט מען דאָס דאָזיקע געבעקס אויף צוויי טיילן, און מע שמירט אָן יעדע טייל מיט קרעם און אײַנגעמאַכטס. עס זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע טראַדיציעס פֿון טוען עס. אייניקע האַלטן, אַז קודם-כּל דאַרף מען אָנשמירן קרעם, אַנדערע האַלטן, אַז מע מוז אַנהייבן פֿון אײַנגעמאַכטס און שוין דערנאָך, פֿון אויבן, אַוועקלייגן קרעם. היסטאָריקער טענהן, אַז דער גאַנצער מינהג פֿון טרינקען „קרעם-טיי‟ מיט סקואָנס שטאַמט נאָך פֿון דעם 11טן יאָרהונדערט.

איצט האָט זיך אין דעם גאַנצן ענין אַרײַנגעמישט די גרויסע וויסנשאַפֿט. ד״ר יודזשעניאַ טשענג, אַ געלערנטע פֿון דעם אינסטיטוט פֿאַר מאַטעמאַטיק און סטאַטיסטיק בײַם שעפֿעלד-אוניווערסיטעט, האָט געשטעלט פֿאַר זיך דעם ציל צו געפֿינען אַן אידעאַלע פּראָפּאָרציע פֿאַר קרעם-טיי. זי איז געקומען צו דעם אויספֿיר, אַז פֿאַר אַ סקאָון, וואָס האָט דורכשניטלעך 70 גראַם די וואָג, מוז מען האָבן 35 גראַם אײַנגעמאַכטס און 35 גראַם קרעם. זי האָט אויך אויסגערעכנט, אַז די הייך פֿון אַ סקאָון דאַרף זײַן אַרום 2.8 סאַנטימעטער, דעמאָלט גייט עס אַרײַן גרינג אין אַ דורכשניטלעך מענטשלעך מויל. אײַנגעמאַכטס איז בעסער צו שמירן פֿריִער פֿון קרעם, טענהט די געלערנטע, מחמת אַזוי איז פּשוט ציכטיקער – ווייניקער איז דער שאַנס צו פֿאַרשמירן בײַם עסן די פֿינגער…

האָב איך עס אַלץ איבערגעלייענט און אַ טראַכט געטאָן: אַ קלוגע פֿרוי איז די דאָזיקע ד״ר טשענג. וואָס פֿאַר אַ צײַטונג, אַפֿילו אַ ייִדישע, וועט הײַנט שרײַבן וועגן ייִדישער ליטעראַטור? אין אָקספֿאָרד וועט אין אַ פּאָר חדשים אַרום אַרויסגיין אַ בוך וועגן יוסף אָפּאַטאָשו, אָבער אין דער רשימה אַדרעסן פֿאַר צעשיקן רעצענזיע-קאָפּיעס וועל איך ניט אַרײַנשטעלן אַפֿילו דעם ענגלישן “פֿאָרווערטס”, ווײַל איך ווייס — פֿון מײַן פֿריִערדיקער דערפֿאַרונג – אַז אַזעלכע טעמעס אינטערעסירן ניט די רעדאַקציע. און דאָ — „קרעם-טיי‟, צוגעטראָגן מיט כּמו-וויסנשאַפֿט. דאָס האָט די פּרעסע גלײַך אונטערגעכאַפּט.

* * *

אַ שרעקלעך וואָרט איז אַרײַן אין מײַן לעבן: דיעטע. אייניקע זאַכן קען מען עסן, אַנדערע – אָדער אין גאַנצן ניט, אָדער נאָר איין מאָל אין אַ פּורים. און ווי אויף צו להכעיס גייען אַרײַן זייער געשמאַקע מאכלים (אַרײַנגערעכנט דעם קרעם-טיי) דווקא אין דער קאַטעגאָריע פֿון „מע טאָר עס ניט‟. אפֿשר איז עס אַ שטראָף פֿאַר ניט האַלטן כּשר. אַזוי צי אַזוי, אָבער ס’איז אַ פּראָבלעם, שוין אַ היפּש אָנגעווייטיקטע.

מע לייגט מיר פֿאָר פֿאַרשיידענע דיעטעס. למשל, צו ווערן האַלב-וועגאַן. דאָס איז אַזאַ משוגעת: ביז זעקס אַ זייגער אויף דער נאַכט ביסטו אַ וועגאַן, געהערסט צו דער סעקטע, וועלכע עסט ניט קיין פֿליישיקס, קיין מילכיקס, קיין פֿיש – קיין זאַך, וואָס איז אַ טייל פֿון דער פֿאַונע אָדער אויסגעאַרבעט (ווי, אַ שטייגער, מילך צי האָניק) פֿון דער פֿאַונע. אָבער עס קומט די גליקלעכע שעה, זעקס אַ זייגער אויף דער נאַכט, און דו קענסט עסן אַלץ, וואָס דײַן נשמה וויל. מע זאָגט, אַז לויט אַזאַ סיסטעם האָדעוועט זיך, למשל, ביל קלינטאָן.

די צרה איז, אַז דאָס קלינגט צו ריטואַליסטיש פֿאַר מיר, און איך האָב שרעקלעך פֿײַנט אַלע ריטואַלן. און מיר לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל, פֿאַר וואָס מע דאַרף וואַרטן אויף זעקס אַ זייגער? און מיט וואָס איז האַלב זעקס ערגער פֿון זעקס? עס שמעקט שטאַרק מיט דעם מין וויסנשאַפֿט, וואָס ווײַזט אַז די פּראָפּאָרץ 70:35:35 איז אידעאַל פֿאַר קרעם-טיי. דערצו קען איך אַ פּאָר וועגאַן-לײַט, אין פֿאַרגלײַך מיט וועלכע בין איך אַ דאַר ייִנגעלע. הקיצור, קיין האַלב-וועגאַן בין איך דערווײַל ניט געוואָרן. בפֿרט נאָך אַז עס ווילט ניט פּלוצעם ווערן אַ האַלב-עפּעס.

מע שדכנט מיר אַן אַנדער דיעטע, וועגן וועלכער עס רעדן איצט אַלע אַרום מיר. לויט איר נאָך צעטיילט זיך די וואָך אויף פֿינף זאַטע טעג און צוויי הונגעריקע טעג. דאָס קלינגט שוין לאָגישער. בפֿרט נאָך אַז איך האָב לעצטנס געלייענט וועגן אַ טיגער, וועלכן מע האַלט אין אַ זאָאָפּאַרק. לאָזט זיך אויס, אַז גאָר ניט יעדן טאָג דאַרף מען אים האָדעווען. אָבער סײַ-ווי-סײַ האָב איך דערווײַל ניט באַשלאָסן, צי כ’וועל אָנהייבן לעבן מעשׂה טיגער. סע ווילט זיך דערווײַל בלײַבן אַ מענטש.