בערך 30,000 מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אינעם יערלעכן ישׂראל־פּאַראַד אין ניו־יאָרק. די אונטערנעמונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן מיט אַ שטאַרקערער זיכערהייט־וואַך, צוליב דעם אַנומלטיקן טעראָר־אויפֿרײַס בעת דעם באָסטאָנער מאַראַטאָן.
דער ניו־יאָרקער פּאָליציי־קאָמיסאַר, ריימאָנד קעלי, האָט איבערגעגעבן, אַז בעת די אונטערנעמונגען, האָבן די שטאָטישע זיכערהייט־כּוחות „מערקווירדיק‟ פֿאַרשטארקט דעם אויפֿזיכט, ווי אַ רעזולטאַט פֿון די באָסטאָנער באָמבע־אויפֿרײַסן אין מאַרץ, בעת וועלכע עס זענען אומגעקומען דרײַ מענטשן און מער ווי 200 פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.
די צײַטונג „האָרץ‟ האָט באַמערקט, אַז הײַיאָר האָבן זיך אינעם פּאַראַד באַטייליקט אַ סך אָרטאָדאָקסישע גרופּעס. ענטאָני ווײַנער, דער ייִדישער מעיאָר־קאַנדידאַט באַקאַנט מיט זײַנע שטאַרק פּראָ־ישׂראלדיקע פּאָזיציעס, האָט דורכשפּאַצירט דעם גאַנצן פּאַראַד־מאַרשרוט; זײַן באַטייליקונג אין דער אונטערנעמונג האָט אָבער אַרויסגערופֿן היפּוכדיקע רעאַקציעס. אַ טייל מענטשן האָבן אויף אים אָנגעשריִען, דערמאָנענדיק דעם סעקס־סקאַנדאַל אויפֿן „טוויטער‟, צוליב וועלכן ווײַנער האָט זיך רעזיגנירט פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס. די אַנדערע מעיאָר־קאַנדידאַטן האָבן אויך אָנטיילגענומען בײַם אָנהייב פֿונעם פּאַראַד, האָפֿנדיק צוצוציִען מער ייִדישע שטימען פֿאַר זייערע קאַנדידאַטורן.
שבת־צו־נאַכטס, דעם 1טן יוני, האָט מען באַצירט דעם „עמפּײַער סטייט־בילדינג” מיט בלויע און ווײַסע לעמפּלעך, ווי אַ טייל פֿון די פּאַראַד־פֿײַערונגען. זונטיק אין אָוונט, האָט די ישׂראלדיקע נאַציאָנאַלע פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿט אָפּגעשפּילט אַ פֿרײַנדשאַפֿט־מאַטש מיט די פֿוטבאָליסטן פֿון האָנדוראַס, געווינענדיק מיטן חשבון 2:0. דער מאַטש איז פֿאָרגעקומען אויפֿן ניו־יאָרקער סטאַדיאָן „סיטי־פֿילד‟. דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל אין די לעצטע 35 יאָר וואָס די ישׂראלדיקע נאַציאָנאַלע פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿט האָט געשפּילט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.