אין אַן אימפּראָוויזירטן שטאַלעכל אויף דער ערד, לויפֿן אַרום בערך צוואַנציק פּישטשענדיקע געלע גענדזעלעך. זיי גריזשען די גרעזעלעך, פּיקן די ערד, דאָס ווענטל, און אַפֿילו איינער דעם צווייטן. ווען עס בלאָזט אַ ווינט, לויפֿן זיי צו צום ווענטל און טוליען זיך צונויף, כּדי זיך ֿאָנצוּוואַרעמען. די גענדזעלעך זענען אַזוי מלא־חן, אַז דעם צוקוקער קומט אָן שווער זיך אַוועקצורײַסן…
די גענדזעלעך זענען איינע פֿון די ערשטע זאַכן, וואָס מע זעט, ווען מע קומט אָן אין „ייִדיש־פֿאַרם‟ — אַן אָרגאַנישע פֿאַרם אין גושן, ניו־יאָרק, וווּ סטודענטן לערנען זיך ייִדיש יעדן זומער. אַ טייל פֿון די תּלמידים באַטייליקן זיך בלויז אויף אַ וואָך אָדער צוויי, און אַנדערע קומען אויף לענגער. אַלע ווייסן אָבער, אַז דער ציל פֿונעם ייִדיש־קורס איז נישט בלויז זיך אויסצולערנען ווי צו לייענען אָדער פֿאָרשן ייִדישע דאָקומענטן, נאָר טאַקע צו רעדן און זיך אויסצולעבן אויף מאַמע־לשון, אַזוי ווײַט ווי מעגלעך.
פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק אין דער פֿרי האָט זיך אָפֿיציעל אָנגעהויבן די זומער־פּראָגראַם. באַלד ווי די דרײַצן נײַע סטודענטן זענען אָנגעקומען, האָבן זיי אויסגעפּאַקט זייערע וואַליזקעס אין די בײַדלעך, און זיך גלײַך גענומען לערנען ייִדיש, ניצנדיק דאָס נײַע לערנביכל, Colloquial Yiddish, פֿון לילי כּהן (אַרויסגעלאָזט אין יאָר 2012 פֿונעם פֿאַרלאַג, „רולעדזש‟ אין ענגלאַנד). די סטודענטן זענען געווען צעטיילט אין צוויי גרופּעס: יעקבֿ־פּרץ בלום האָט געקנעלט די סאַמע אָנהייבער, און נפֿתּלי איידלמאַן (דער זון פֿון אַני הקטנה) האָט געלערנט מיט די, וועלכע האָבן שוין אַ מאָל גענומען אַ ייִדיש־קלאַס.
במשך פֿון די לעקציעס, האָט דער הויפּט־פֿאַרמער, ישראל באַס, געפֿירט דעם טראַקטאָר איבער די פֿעלדער, און שווער געהאָרעוועט, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז דער קנאָבל, פּאָמידאָרן און אַנדערע געוויקסן זאָלן זיך גוט רײַפֿן. שפּעטער אין זומער וועט „ייִדיש־פֿאַרם‟ פֿאַרקויפֿן די פּראָדוקטן אויף הורט, און דערבײַ, האָפֿט מען, גענוג פֿאַרדינען, כּדי ממשיך צו זײַן די ייִדיש־פּראָגראַם אויף לאַנגע יאָרן.
עס אַרבעטן אויף דער פֿאַרם אויך צוויי אַנדערע יונגע־לײַט. הערשי בלײַך, אַ 16־יאָריקער בחור פֿון אַ סאַטמערער משפּחה אין וויליאַמסבורג, גרייט צו די מאָלצײַטן, און ברוך בלום, יעקבֿס ברודער, פֿאַרנעמט זיך מיט די גענדזעלעך און הינער. אַחוץ קאָרמען זיי, האַלט ברוך תּמיד אַן אויג אויף די גענדזעלעך, וועלכע זענען בלויז עטלעכע וואָכן אַלט. יעדן אויפֿדערנאַכט, טראָגט ער זיי אַרײַן אין פֿאַרמהויז, כּדי זיי זאָלן זיך נישט פֿאַרקילן.
דער ערשטער שבת פֿון דער זומער־פּראָגראַם איז געווען געפּאַקט מיט מענטשן, פֿון חסידיש (הערשי) ביז גאָר סעקולער. אַחוץ די פֿינף אָנגעשטעלטע און די 13 סטודענטן, איז אויך געווען אַ „גאַסט־חזן‟, אַרעלע ווישוואַנאַט, צוויי סטודענטן פֿון דער פֿאַראַיאָריקער פּראָגראַם — שׂרה וואָלק און אַרי גרינבערג; די שרײַבערין פֿון די שורות, און דרײַ אַנדערע.
סאָסיע (סענדי) פֿאַקס, אַ 24־יאָריק מיידל, וועלכע אַרבעט אויף אַ דאָקטאָראַט וועגן דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל אינעם „ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט‟, איז געווען שטאַרק איבערראַשט, ווען מע האָט אָנגעהויבן רעדן ייִדיש מיט איר גלײַך פֿון דער ערשטער רגע.
„איידער איך האָב זיך פֿאַרשריבן, האָט נפֿתּלי מיר געזאָגט, אַז די ערשטע וואָך וועט מען נאָך רעדן ענגליש,‟ האָט סאָסיע דערקלערט. „אָבער ווען איך בין אָנגעקומען, און בין געגאַנגען פֿרעגן אין וועלכער באָנגעלאָ איך וווין, און וווּ דער קלאַס טרעפֿט זיך, האָט שׂרה מיר געענטפֿערט בלויז אויף ייִדיש!‟
אין גיכן האָט סאָסיע זיך אָבער צוגעוווינט. פֿונעם ערשטן טאָג האָבן זיך די סטודענטן געלערנט אין די ייִדיש־קלאַסן פֿינף שעה אַ טאָג, אַזוי אַז ביז פֿרײַטיק נאָך מיטאָג האָבן זיי שוין געקענט די איצטיקע, פֿאַרגאַנגענע און צוקונפֿטדיקע צײַט אין דער גראַמאַטיק. כּדי צו רעפּעטירן די נײַע ווערטער, האָט סאָסיע אָנגעהויבן צונויפֿשטעלן בליצקאַרטלעך דורך דער וועבזײַט, Anki, סײַ פֿאַר זיך, סײַ פֿאַר אירע מיט־תּלמידים.
מאַקס עדוואַרדס, אַן 21־יאָריקער בחור פֿון מינעסאָטע, וועלכער הייבט דעם האַרבסט אָן אַ מאַגיסטער־פּראָגראַם פֿון ייִדישע שטודיעס אין האַרוואַרד, האָט זיך שוין פֿריִער געלערנט אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם, אָבער דער געדאַנק פֿון לערנען ייִדיש אויף אַ פֿאַרם איז אים שטאַרק געפֿעלן געוואָרן. זונטיק, נאָך בלויז דרײַ טעג, האָט ער זיך שוין געפֿילט אין דער היים, ווי מיט אייגענע. „מיר האָבן אַלע געלאַכט, אַז דאָס וואַסער אין דער מענער־באָנגעלאָ האָט נאָך אַלץ נישט פֿונקציאָנירט און מיר קענען אַפֿילו זיך נישט שפּריצן!‟
דער שבת איז געגאַנגען זייער גלאַטיק, אָבער עס זענען פֿאָרגעקומען עטלעכע מאָמענטן פֿון שפּאַנונג, וואָס איז פֿאַרשטענדלעך, ווען מע ברענגט צונויף ייִדן פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעזע שטעלונגען. 40 מינוט פֿאַר שבת, למשל, האָט הערשי, דער קאָכער, זיך דערוווּסט, אַז דער גאַסט, וועלכער האָט געזאָלט ברענגען די חלות, וועט נישט קומען. האָט הערשי געבעטן נפֿתּלין שיקן עמעצן קיין מאָנראָ (אַ חסידישע קהילה, 15 מינוט אַוועק) קויפֿן חלה.
„נישט מעגלעך, ס׳איז שוין צו נאָענט צו שבת,‟ האָט נפֿתּלי געענטפֿערט.
„אפֿשר קען מען צופֿאָרן צום סופּערמאַרק און קויפֿן פּאַרעווע בולקעס?‟ האָט עמעצער פֿאָרגעלייגט.
„ניין!‟ האָט הערשי געענטפֿערט. „דאָס זענען נישט קיין חלות.‟
עמעצער האָט פֿאָרגעלייגט מע זאָל אפֿשר ניצן די מצות, וואָס שטייען אין שאַנק, נאָך זינט פּסח. הערשי האָט אָבער צוגעשטאַנען, אַז שבת מוז זײַן חלה. פּלוצלינג האָט עמעצער זיך דערמאָנט, אַז דער גאַסט־חזן, אַרעלע ווישוואַנאַט, איז נאָך געווען אויפֿן וועג. האָט מען אַרעלען גלײַך אָנגעקלונגען אויף דער מאָבילקע, און מיט אַ האַלבער שעה שפּעטער — בלויז עטלעכע מינוטן פֿאַר שבת — האָט אַרעלע אַרויסגעבראַכט פֿון אויטאָ אַ גרויסן טאַץ מיט צוועלף גאָלדענע, פּוכיקע חלות.
אַ צווייטער מאָמענט איז פֿאָרגעקומען שבת אין דער פֿרי בײַם דאַווענען. מע האָט געהאַט אַ מנין, אָבער מיט אַ מאָל האָט עמעצער אַרויסגערופֿן ברוכן, ווײַל דאָס ווענטעלע פֿונעם שטאַלעכל האָט זיך צעפֿאַלן, און עטלעכע גענדזעלעך זענען שוין אַרויסגעלאָפֿן. ברוך איז אַוועק, און ווי אַ פּועל־יוצא איז שוין מער נישט געווען קיין מנין. נפֿתּלי איז אַרײַנגעלאָפֿן אין קיך, וואָס געפֿינט זיך גלײַך לעבן דער „שיל‟. „הערשי, מיר דאַרפֿן אַ צענטן צום מנין,‟ האָט ער געזאָגט דעם קאָכער, וועלכער האָט געהאַלטן אין מיטן צעשנײַדן פֿרוכט צו מיטאָג.
„איך קען דאָרט נישט דאַווענען, ווײַל דאָס איז נישט קיין ריכטיקע מחיצה,‟ האָט הערשי געענטפֿערט. אין תּוך, איז ער געווען גערעכט; די מחיצה איז געווען אַ קורץ שפּאַניש ווענטל, וואָס האָט בלויז צעטיילט אַ העלפֿט פֿונעם עולם.
„נו גוט, קענסטו כאָטש זאָגן אָמן, ווען מע דאַרף? קענסט הערן דאָס דאַווענען פֿון קיך?‟ האָט נפֿתּלי געפֿרעגט.
הערשי האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ אויף יאָ, און מע האָט ווײַטער געדאַוונט שחרית.
הגם ס׳רובֿ פֿון די סטודענטן האָבן געוווּסט ווי צו דאַווענען און האָבן מיט באַגײַסטערונג מיטגעזונגען די זמירות בײַם שבתדיקן טיש, איז געווען קלאָר, אַז בײַ געוויסע פֿון זיי, איז די פֿרומע אַטמאָספֿער געווען אַ שטיקל „קולטור־שאָק‟.
„ס׳איז מיר געווען אַ ביסל שווער, ווײַל איך קום נישט פֿון אַ רעליגיעזער היים,‟ האָט באַמערקט רחל (ראָנדאַ) סאָלאָמאָן, אַ 37־יאָריקע פֿרוי, וועלכע הייבט אין גיכן אָן אַ מאַגיסטער־פּראָגראַם אין שטאָט־פּלאַנירונג בײַם „לאָנדאָנער אוניווערסיטעט‟. פֿון דעסטוועגן, האָט זי זיך אַן עצה געגעבן. בשעת קבלת־שבת, האָט זי געשטעלט פֿראַגעס בײַ די פֿרויען לעבן איר, און יענע האָבן איר גערן געענטפֿערט.
ראָנדאַ האָט אָבער צוגעגעבן, אַז דער רעליגיעזער עלעמענט איז נישט געווען די איינציקע שוועריקייט בײַ איר. „ס׳איז מיר נישט גרינג זיך צוצוגעוווינען צום פֿאַרמלעבן, ווײַל איך וווין געוויינטלעך נישט צווישן אַזוי פֿיל מענטשן,‟ האָט זי דערקלערט.
עליע דייוויס, אַ 20־יאָריקער בחור פֿון סיאַטל, האָט אויך נישט קיין רעליגיעזן הינטערגרונט, אָבער בײַ אים איז דער שבת געווען זייער אינטערעסאַנט. „דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל אין לעבן, וואָס איך האָב געפּראַוועט שבת — נישט געאַרבעט, און זיך אין גאַנצן אויסגעשפּאַנט,‟ האָט עליע געזאָגט. „די שענסטע זאַך איז געווען וואָס איך האָב עס געטאָן צוזאַמען מיט אַנדערע, וואָס איך בין בלויז צווישן ייִדן. כ׳האָב נאָך קיין מאָל נישט געהאַט אַזאַ איבערלעבונג.‟
„מיר האָבן דאָ אונדזער אייגן ייִדיש וועלטעלע,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.