די ישׂראל־פֿירמע „בעסערער פּלאַץ‟ (אויף ענגליש און העברעיִש Better Place / בטר פּלייס) האָט געדאַרפֿט שאַפֿן דעם אויטאָ פֿון דער צוקונפֿט — אַן אויטאָ, וואָס פֿאָרט זייער שטיל, מאַכט נישט קיין גערודער, מיטן כּוח פֿון באַטעריעס. ער האָט געדאַרפֿט באַפֿרײַען די מערבֿ־לענדער פֿון זייער אָפּהענגיקייט אין נאַפֿט פֿון מיטעלן־מיזרח, ווי אויך ראַטעווען די נאַטירלעכע סבֿיבֿה.
אַ דרייסטער יונגער פֿירנעמער, שי אַגסי (שײַ אַגאַסי), האָט געגרינדעט די פֿירמע אין 2007, און זי האָט באַלד געהאַט אַ שם ווי די דער „קעניג פֿון די ישׂראלדיקע סטאַרט־אָפּס‟ (נײַע פֿירמעס). אַגסי האָט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז ביז 2010 וועט ער שוין פֿאַרקויפֿן 100,000 עלעקטרישע אויטאָס, און מע האָט אים געגלייבט: אינוועסטירט אין דער פֿירמע איבער 850 מיליאָן דאָלאַר.
אָבער פֿון זײַן פּלאַן האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם. די ערשטע אויטאָס זײַנען אַרויס אין 2012, און ביז די פֿירמע האָט באַנקראָטירט, דעם 26סטן מײַ 2013, האָט זי פֿאַרקויפֿט ווייניקער ווי 1000 אויטאָס. אַגסין האָט מען שוין סוף 2012 געהאַט אַרויסגעשטופּט פֿונעם פֿאָרזיץ, און די 38 באַטעריע־סטאַנציעס אין ישׂראל (אַזוי ווי בענזין־סטאַנציעס), וואָס „בעסערער פּלאַץ‟ האָט געשאַפֿן, וועלן זיך איצט פֿאַרמאַכן.
ווי אַזוי האָט דאָס געקענט פּאַסירן? אַגסיס געדאַנק איז געווען אַ גוטער. די צרה מיט עלעקטרישע אויטאָס באַשטייט אין דעם, וואָס די באַטעריעס האָבן אין זיך ניט גענוג כּוח, כּדי צו פֿאָרן אַ ווײַטן מהלך, און דערצו נעמט זייער לאַנג, כּדי אויפֿצולאָדן די באַטעריעס, נאָך דעם ווי זיי האָבן זיך אויסגעשעפּט. די באַטעריעס זײַנען אויך געוואַלדיק טײַער, און די קונים האָבן מורא אויסצוגעבן אַזוי פֿיל געלט אויף אַן עקספּערימענטאַלער טעכנאָלאָגיע.
אַגסין איז אײַנגעפֿאַלן, אַז מע קען אָפּטיילן די באַטעריעס פֿונעם אויטאָ גופֿא. אַנשטאָט דעם, אַז יעדער אויטאָ זאָל האָבן אַ באַטעריע פֿאַר זיך, וואָלט מען געקענט די באַטעריע גיך אויסבײַטן אין ספּעציעלע סטאַנציעס. אַזוי באַקומט מען גלײַך אַ פֿרישע באַטעריע, מע דאַרף ניט וואַרטן. און אין אַ קליין לענדעלע ווי ישׂראל, איז ניטאָ קיין סכּנה, אַז די באַטעריעס וועלן זיך אין גאַנצן אויסשעפּן. ווי באַלד די פֿירמע וועט אַנטוויקלען נײַע באַטעריעס, וואָס אַרבעטן בעסער, וועט מען זיי קענען גלײַך ניצן, מע דאַרף ניט נײַ קויפֿן.
אַ גוטער פּלאַן, און די ווייניק ישׂראלים, וואָס האָבן געקויפֿט די דאָזיקע אויטאָס, זײַנען מיט זיי צופֿרידן. אַגסיס טעות איז געווען, וואָס ער האָט געחלומט צו גרויס, צו גיך. נאָך איידער עס האָט זיך אַנטוויקלט אַ סטאַבילער מאַרק אין ישׂראל, האָט ער שוין פּלאַנירט צו שאַפֿן פֿיליאַלן אין דענמאַרק, אויסטראַליע, האָלאַנד, כינע, יאַפּאַן, און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַנשטאָט אַ קליינעם אויטאָ, וואָס זאָל זײַן ביליקער און זיך פּאַסן פֿאַרן שטאָטישן לעבן, האָט אַגסי פֿאַבריצירט אַ גרויסן סעדאַן פֿאַר משפּחות. ער האָט זיך צעוואָרפֿן מיט געלט און זיך ניט געשאַפֿן עפּעס סאָלידס.
קען זײַן, אַז די מלוכה האָט אויך געדאַרפֿט מער שטיצן אַזאַ וויכטיקן פּראָיעקט, למשל, דורך שטײַער־קרעדיטן. אין אַזאַ לאַנד ווי דענמאַרק באַקומט דער קונה אַ הנחה פֿון 40,000$ פֿון די שטײַערן, אויב ער קויפֿט אַן עלעקטראָנישן אויטאָ.
אויב „בעסערער פּלאַץ‟ איז דורכגעפֿאַלן, האָט די פֿירמע אָבער פֿאָרט געוויזן דעם וועג, ווי אַזוי דער עלעקטראָנישער אויטאָ קען מצליח זײַן אין דער צוקונפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.