ווען מיט צוויי וואָכן צוריק איז ד”ר סיריל קאַראַבוס אַהיימגעקומען קיין קאַפּשטאָט, דרום־אַפֿריקע, האָבן הונדערטער מענטשן פֿון אַלע ראַסעס אים מקבל־פּנים געווען אויפֿן פֿליפֿעלד מיט גרויס פּאַראַד. אַ קאַפּעליע האָט באַגריסט דעם אַלטן דאָקטער מיט „הבֿאנו שלום עליכם‟ און אַ רבֿ האָט אים געבענטשט אויף אַ פֿײַערלעכן אופֿן.
דער 78־יאָריקער אָנקאָלאָג איז געזעסן 9 חדשים אין תּפֿיסה אין די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן, אַ באַשולדיקטער אינעם טויט פֿון אַ 3־יאָריק קינד. אין יאָר 2002 האָט ער 6 וואָכן געאַרבעט אינעם מעדיצינישן צענטער א‟נ שייך כאַליפֿאַ אין דער שטאָט אַבו דהאַבי, וווּ ער האָט באַהאַנדלט דאָס קינד. קאַראַבוס האָט גאָר ניט געוווּסט, אַז, נאָך דעם ווי ער איז אַהיימגעפֿאָרן, האָט אַ געריכט אים דערקלערט שולדיק אינעם קינדס טויט.
איין מאָ, פֿאַרן אַהיימפֿאָרן אַהיים פֿונעם זונס חתונה אין טאָראָנטאָ דורך אַבו דהאַבי, האָט קאַראַבוס געהערט פֿונעם אַעראָפּלאַן־פּערסאָנאַל, אַז בײַ זײַן נאָמען איז דאָ אַ חשד, אַ זיכערהייט־וואָרענונג. זיי האָבן אים געלאָזט פֿליִען, אָבער אין אַבו דהאַבי האָט מען אים גלײַך אַרעסטירט און פֿאַרקייטלט די הענט — פֿאַר די אויגן פֿון דער גאַנצער משפּחה און די אייניקלעך.
57 נעכט האָט ער פֿאַרבראַכט אין 3 באַזונדערע תּפֿיסות, ביז מע האָט אים באַפֿרײַט אויף 24,000$ קויציע. דער אַלטער דאָקטער, וואָס לײַדט אויפֿן האַרצן, האָט מען פֿאַרשפּאַרט צוזאַמען מיט צוויי באַשולדיקטע מערדער. די צײַט האָט ער פֿאַרבראַכט דורך שפּילן אין שאָך מיט איינעם פֿון די באַשולדיקטע, אַ סטודענט אין קיימברידזש־אוניווערסיטעט — „אַ פֿײַנער יאַט‟, זאָגט קאַראַבוס. קיין אמתע שאָכפֿיגורן האָבן זיי ניט געהאַט, האָט דער סטודענט אימפּראָוויזירט מיט שטיקלעך פּאַפּיר און אַ דאַמקעברעט (checkerboard בלע”ז).
אָפּהיטן ייִדישקייט איז ניט געווען פֿון די גרינגע זאַכן אין אַ לאַנד פֿון מוסולמענער. פּסח האָט ער ניט געגעסן קיין ברויט און בלויז דורך „סקײַפּ‟ האָט ער געקענט זיך באַטייליקן אינעם סדר און אין זײַן אייניקלס ברית־מילה. יום־כּיפּור האָט ער געפֿאַסט ווי געוויינטלעך — „ס׳איז געווען דער גרינגסטער טענית פֿון מײַן גאַנץ לעבן‟, האָט קאַראַבוס געזאָגט.
די אַראַבישע אינסטאַנצן האָבן קאַראַבוסן ניט שלעכט באַהאַנדלט, ווײַל ער איז אַ ייִד, ניט געהאַט בייזע כּוונות — אָבער זיי האָבן זיך געפֿירט זייער שלימזלדיק. לאַנג האָט מען געזוכט דעם מעדיצינישן באַריכט, וואָס האָט דערוויזן קאַראַבוסעס אומשולד, און דער פּראָצעס האָט זיך אַלץ מער אויסגעצויגן. דער ריכטער האָט קיין מאָל ניט גערעדט מיט אים, און בכלל האָט מען איבערגעזעצט אויף ענגליש נאָר שטיקלעך און ברעקלעך פֿון דעם, וואָס מען האָט גערעדט.
צום גליק, האָט קאַראַבוס באַקומען הונדערטער בריוו פֿון דאָקטוירים אַרום דער וועלט, וואָס האָבן אים אַפֿילו ניט געקענט, אָבער געהערט וועגן זײַן אומגליקלעכן מצבֿ. ער טראַכט איצט אָנצושרײַבן אַ בוך וועגן זײַנע איבערלעבענישן, אָבער דערווײַל איז ער צופֿרידן פּשוט צו זיצן אין דער היים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.