ישיבֿה-תּלמידים אַרויסגעוואָרפֿן

Yeshiva Students Ejected


Published June 04, 2013, issue of June 21, 2013.

דער פּערסאָנאַל פֿון דער „דרום־מערבֿדיקער אַעראָפּלאַן־ליניע‟ (Southwest Airlines) האָט מאָנטיק אין דער פֿרי אַרויסגעוואָרפֿן פֿון אַן אַעראָפּלאַן 101 תּלמידים און 8 באַגלייטער פֿון דער „ישיבֿה פֿון פֿלעטבוש‟. די תּלמידים האָבן ניט געפֿאָלגט דעם פּערסאָנאַל, ניט געבליבן זיצן פֿאַרן אָפּפֿלי, ניט אויסגעלאָשן די מאָביל־טעלעפֿאָנען, אַפֿילו ניט נאָך אַ בקשה פֿונעם קאַפּיטאַן. דער פּערסאָנאַל האָט שפּעטער געזאָגט, אַז די יונגע־לײַט האָבן עובֿר געווען אויף די זיכערקייט־רעגולאַציעס.

די באַגלייטער און תּלמידים האַלטן, ווידער, אַז דער פּערסאָנאַל האָט איבערגעכאַפּט די מאָס. אמת, עטלעכע תּלמידים האָט מען געדאַרפֿט צוויי מאָל הייסן זיך אַוועקזעצן אויף די ערטער און אויסלעשן די עלעקטראָנישע אַפּאַראַטן — אָבער, סוף־כּל־סוף, האָבן אַלע געפֿאָלגט.

איין תּלמיד, יהונתן זהבֿי, האַלט, אַז אין דעם ענין שטעקט אַנטיסעמיטיזם. „זיי האָבן אונדז באַהאַנדלט ווי טעראָריסטן. כ‘האָב קיין מאָל ניט געזען עפּעס אַזוינס‟, האָט ער באַמערקט.

די אַעראָפּלאַן־ליניע האָט געגעבן די תּלמידים קופּאָנען ווײַטער צו פֿליִען מיט אַן אַנדער אַעראָפּלאַן־ליניע. די תּלמידים זײַנען געפֿאָרן אין באַזונדערע גרופּעס און עס האָט געדויערט נאָך 12 שעה, ביז דער גאַנצער קלאַס איז אָנגעקומען.