אַ צאָל לייענער האָבן אָנגעהויבן אַ דיסקוסיע אויפֿן „פֿייסבוק‟ אַרום מײַן אַנומלטיקן אַרטיקל אונטערן קעפּל „וועלאָסיפּעדיסטקעס?‟, פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 28סטן מײַ. ס׳טײַטש, האָט געטענהט איינער אַ ברוקלינער חסיד, פֿאַרוואָס זאָל אַ מחבר זיך באַנוצן מיטן ווילד-פֿרעמדן וואָרט „וואלאניעגאטקעס‟, ווען דער חסידישער עולם רופֿט אָן דעם צוויי-רעדערדיקן פּעדאַל-טראַנספּאָרט „אַ ביציקל‟? „איך האָב בעסער וואָס צו טאָן ווי זיך מוטשען אויף רוסיש!‟, האָט געטענהט דער קריטיקער. פּראָפֿעסאָר אַנדריי ברעדשטיין, אַ געבוירענער אין סימפֿעראָפּאָל, אוקראַיִנע, האָט אויף דעם געענטפֿערט: „בײַ אונדז זענען דאָ נאָר וועלאָסיפּעדן!‟. דערנאָך האָבן זיך אינעם וויכּוח אַרײַנגעצויגן אַ פּאָר פּאַריזער ייִדישיסטן, וועלכע האָבן צוגעגעבן, אַז פֿאַר זיי זענען ביידע דערמאָנטע ווערטער כּשר-וישר, אָבער נאַטירלעכער קלינגט „אַ ראָווער‟.
דאָס וואָרט „וועלאָסיפּעד‟ שטאַמט אָבער גאָר פֿון פֿראַנצויזיש, הגם עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין רוסלאַנד און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. אַדרבה, די דערמאָנטע אומקאָרעקטע אינטערנעץ-ווערסיע פֿונעם דאָזיקן וואָרט, אָנגעלאָדן מיט אַ היפּשן פֿרוידיאַנער טעם — „וואָלענע גאַטקעס‟ — קלינגט מער ווי אַ כּמו-פּוילישע פֿאָלק-פֿאָרעם פֿונעם וואָרט.
נחום סטושטקאָוו דערמאָנט בלויז „וועלאָסיפּעד‟ און „ראָווער‟ אין דער ווערטער-רשימה בײַם סוף פֿון זײַן „אוצר‟, וווּ ער ברענגט אַ צאָל אַנדערע סינאָנימען: „ציקל‟, „ביציקל‟, „ביציקלעט‟ און „בײַסיקל‟ — מיט אַן אָפּמערק, אַז דאָס לעצטע וואָרט איז אַמעריקאַניש.
ייִדיש געפֿינט זיך אין אַן אוניקאַלן מצבֿ. פֿאַרשפּרייט אין אַ ריזיקער היסטאָרישער טעריטאָריע, פּראַקטיש אין דער גאָרער וועלט, עקזיסטירט ער הײַנט אָן אַן אינסטיטוציע, וועלכע זאָל באַשטימען די סטאַנדאַרטע אָנגענומענע טערמינאָלאָגיע. ממילא, באָרגן די ייִדיש-רעדער פֿאַרשיידענע ווערטער פֿון די אַרומיקע שפּראַכן. למשל, בײַ אונדז אינעם „פֿאָרווערטס‟ שרײַבט מיר, געוויינטלעך, „פּאָדלאָגע‟, הגם אוריאל ווײַנרײַך רעקאָמענדירט דעם וואַריאַנט „פּאָדלעקע‟. אינעם סאָוועטישן נוסח איז אויך געווען אָנגענומען „פּאָדלאָגע‟ אָדער דאָס עטוואָס מאָדנע וואָרט „דיל‟, אומבאַקאַנט אין ס׳רובֿ נאַטירלעכע דיאַלעקטן. בײַ די ליטווישע און רײַסישע ייִדן זאָגט מען „בריק‟ אָדער „פּאָל‟, ווי אויף רוסיש. אינעם ליטווישן ייִדיש איז אָבער פֿאַראַן אַ חילוק אינעם גראַמאַטישן מין: „די בריק‟ איז וואָס מע פֿאָרט אַריבער, און „דער בריק‟ איז וואָס מע שטייט דערויף אין שטוב. אַ סך גאַליציאַנער און אונגערישע ייִדן זאָגן פּשוט „די ערד‟; זייערע הײַנטיקע חסידישע איינקלעך באַנוצן זיך מיטן ענגלישן וואָרט „פֿלאָר‟.
אינעם יאָר 1817 האָט דער דײַטשישער באַראָן קאַרל דרײַז דערפֿונדן אַ טראַנספּאָרט-מיטל מיט צוויי רעדער, וועלכן ער האָט אָנגערופֿן „לויף-מאַשין‟. די באַנוצער האָבן געמוזט טאַקע לויפֿן, אָפּשטויסנדיק זיך כּסדר פֿון דער ערד מיט זייערע פֿיס. מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט דער פֿראַנצויז ניסעפֿאָר ניעפּס פֿאַרבעסערט דרײַזעס דערפֿינדונג און צוגעגעבן אַ זאָטל, וואָס מע קאָן אָפּרוקן אַראָפּ און אַרויף. זײַן מאַשין האָט ניעפּס אָנגערופֿן „וועלאָסיפּעד‟, וואָס מיינט „אַ שנעלער פֿוס‟ אויף לאַטײַן. אין דער שפּעטערדיקער תּקופֿה, האָט זי אָנגענומען איר הײַנטיקע פֿאָרעם, מיט פּעדאַלן און גומענע רעדער. ס׳זעט אויס, אַז דאָס אַנדערע ייִדישע וואָרט — „ביציקל‟ — שטאַמט אויך פֿון פֿראַנצויזיש. להיפּוך, שטאַמט דאָס וואָרט „ראָווער‟, וואָס איז פֿאַרשפּרייט צווישן פּוילישע און ליטווישע ייִדן, דווקא פֿון ענגליש; אַזוי האָט געהייסן אַ באַרימטע בריטישע ביציקל-פֿירמע.
לאָמיר זיך אָבער אומקערן צוריק צו דער דערמאָנטער אינטערנעץ-דיסקוסיע. אין די ייִדישיסטישע קרײַזן קריטיקירט מען אָפֿט די חסידים פֿאַר זייער באַגרענעצטן וואָקאַבולאַר; אַ סך חסידים ווילן זיך טאַקע נישט לערנען קיין נײַע ווערטער און באַנוצן זיך בכּיוון מיט ענגלישע אויסדרוקן, ווײַל זיי קלינגען פֿאַר זיי פּשוטער און „היימישער‟, אין פֿאַרגלײַך מיט דער רײַכער ליטעראַרישער שפּראַך פֿון שלום-עליכמען און אַנדערע קלאַסישע וועלטלעכע שרײַבער.
איין סיבה פֿונעם בכּיוון באַגרענעצטן וואָקאַבולאַר האָט, מסתּמא, טאַקע צו טאָן מיט דער חסידישער אידעאָלאָגיע. אַ טייל פֿון די חסידים שטרעבן צו רעדן ווי זייערע זיידע-באָבעס און שטודירן זייער שפּראַך — צומאָל לאַוו-דווקא ייִדיש. עס טרעפֿן זיך חסידישע יונגע־לײַט, וועלכע לערנען זיך אויס אונגעריש, ווי דאָס לשון פֿון דער מיזרח-אייראָפּעיִשער „אַלטער היים‟.
אַ טייל חסידים האַלטן אָבער, אַז דער צוועק פֿון ייִדיש באַשטייט אין דעם, וואָס אַ ייִד מוז רעדן אַנדערש ווי אַ גוי. כּל-זמן מע רעדט טאַקע אַנדערש, אויב אַפֿילו מע שטעקט אַרײַן ענגלישע ווערטער און גאַנצע פֿראַזעס אויף יעדן שריט און טריט, מיינען זיי, אַז דערמיט זענען זיי מקיים די מיצווה פֿון „ובחוקותיכם לא תלכו‟ — נישט צו פֿאָלגן די וועגן פֿון די געצנדינער. אין דער אמתן, איז אַזאַ לאָגיק צווייפֿלהאַפֿטיק, ווײַל די הײַנטיקע נישט-ייִדן דינען נישט קיין עכטע עבֿודה-זרה, פֿירן זיך עטיש און פֿאַרדינען נישט אַזאַ נעגאַטיווע באַציִונג; דאָס איז אָבער אַ טעמע פֿאַר זיך, וואָס פּאַסט נישט אַרײַן אינעם דאָזיקן אַרטיקל.
פּאַראַדאָקסאַל, זעט אָבער אויס, אַז דער חסידישער „הפֿקרדיקער‟ צוגאַנג צו ייִדיש איז, אויף אַ גרויסער מאָס, אַ רעזולטאַט פֿון דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער השפּעה. אויב מע קוקט אַרײַן אין די אַלטע נומערן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, געדרוקט מיט איבער 30 יאָר צוריק, טרעפֿט מען דאָרטן נאָך מער ענגלישע ווערטער און פֿראַזעס, ווי אינעם הײַנטיקן סאַטמאַרער „דער ייִד‟ און „דער בלאַט‟.
אין די זשורנאַליסטישע און ליטעראַרישע אָפּטיילן פֿון אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן דרשענען כּסדר די פּראָפֿעסאָרן, אַז בעתן שרײַבן אַ גוטן ענגליש איז בעסער אויסצוקלײַבן קורצע און פּשוטע ווערטער, וואָס יעדער קאָן פֿאַרשטיין, און אויסמײַדן קאָמפּליצירטע זאַצן. למשל, דער באַקאַנטער שרײַבער וויליאַם זינסער רעקאָמענדירט זײַנע סטודענטן פֿונעם קאָלומביע-אוניווערסיטעט צו באַנוצן זיך וואָס מער מיט באַקאַנטע ווערטער פֿונעם אַנגלאָ-סאַקסאָנישן אָפּשטאַם און האַלטן זיך ווײַט פֿון „שלעכטע‟ און „דערשטיקנדיקע‟ לאַטײַניש-פֿראַנצויזישע. זײַן לאָזונג, ווי זינסער האָט דערקלערט, איז אַרײַנצולייגן „בלויז איין געדאַנק אין יעדן זאַץ‟ און נישט צעציִען די זאַצן. ער וואָלט זיכער מסכּים געווען מיט די חסידים, וועלכע גיבן די בכורה דעם „ביציקל‟ אָדער „בײַק‟ איבער דעם „וועלאָסיפּעד‟.
אַן עקסטרעמער מוסטער פֿון אַזאַ צוגאַנג איז דער אַזוי־גערופֿענער „פּשוטער ענגליש‟, געשאַפֿן דורכן ליגוויסט און פֿילאָסאָף טשאַרלז קיי אָגדען. דאָס איז אַ קינסטלעך-באַגרענעצטע פֿאָרעם פֿון ענגליש, וועלכע באַשטייט פֿון בלויז אַ פּאָר טויזנט ווערטער. פֿונדעסטוועגן, האָט זי שטאַרק משפּיע געווען אויף אַזעלכע רעאַלע בײַשפּילן פֿון ענגליש-באַנוץ, ווי די אוידיציעס פֿון אַמעריקאַנער אינטערנאַציאָנאַלע ראַדיאָ-פּראָגראַמען.
אין אַ סך אייראָפּעיִשע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט רוסיש און פֿראַנצויזיש, איז אָנגענומען אַ פֿאַרקערטער צוגאַנג. אַן אינטעליגענטער לייענער מוז פֿאַרשטיין זעלטענע טערמינען, זײַן באַקאַנט מיט דער קלאַסישער ליטעראַטור און קולטור. אַ גוטער שרײַבער מוז קענען שאַפֿן קאָמפּליצירטע פֿראַזעס און זײַן באַקאַנט מיט אַזעלכע גראַמאַטישע פֿאָרעמס, וואָס ווערן פֿאַקטיש קיינמאָל נישט באַנוצט אין דער גערעדטער טאָג-טעגלעכער שפּראַך.
אין דעם זין, געפֿינט זיך ייִדיש אויך אין אַן אוניקאַלן מצבֿ. עס זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע ייִדישע סטיליסטישע טראַדיציעס, וועלכע קומען צומאָל אין סתּירה איינע מיט דער צווייטער. אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ האָט מען, לויטן רוסישן שטייגער, כּסדר געשריבן אַזעלכע זאַצן, ווי: „אַ ראָב, אַן אָנגעפֿלויגענער פֿון סטעפּ, האָט ניט לאַנג געדרייט זיך אַרום דעם יאַסען מיט דער אַראָפּהענגענדיקער צווײַג, שווער אַ בראָך געטאָן די פֿליגל און געפּרוּווט אַראָפּנידערן אויף פֿלויקען (אַ נאָמען), וואָס איז, דאָס פּנים אַרויף, געלעגן מיט אָפֿענע אויגן‟. די דאָזיקע ציטאַט האָב איך געפֿונען אויף טראַף אין אַ צופֿעליק-גענומענעם נומער פֿונעם זשורנאַל; אינעם אָריגינאַל איז זי, פֿאַרשטייט זיך, אָנגעשריבן לויטן סאָוועטישן פֿאָנעטישן אויסלייג.
און אָט אַזוי האָט באַגריסט די לייענער די רעדאַקציע פֿונעם פּאַריזער זשורנאַל „גילגולים‟ מיט 5 יאָר צוריק: „אונדזער צײַט פֿון נאָכגעבוירענע, פֿון אַטלאַנטידע-זוכער שמעקט אויך, אין אַ געוויסער מאָס, מיט טראַדיציע: די שרײַבער וואָס נעמען אָנטייל אינעם ערשטן נומער ‚גילגולים‘ וווינען אין אַרבע-פּינות-העולם און ס׳רובֿ שרײַבן אויך אין אַנדערע לשונות‟. הגם די באַטייליקטע אין דער פּובליקאַציע פֿונעם דאָזיקן זשורנאַל זענען טאַקע צעשפּרייט איבער דער וועלט, הערט זיך אין דער דאָזיקער פֿראַזע אַ מליצה-סטיל פֿון אַ פֿראַנצויזישן אינטעליגענט.
בעצם, איז ייִדיש אַ קאָנטינענטאַל-אייראָפּעיִשע שפּראַך, וועלכע האָט זיך, צוליב טרויעריקע סיבות, געמוזט זיך איבערקײַקלען אין דער ענגליש-רעדנדיקער וועלט; די פּלוראַליסטישע נאַטור פֿון דער ייִדישער שרײַבערישער סטיליסטיק איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון איר קאָמפּליצירטער ווײַטער-לעבנדיקער געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.