אין איינער פֿון אונדזערע פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס זענען מיר געווען אין אַן אוקראַיִנישער שטאָט, קאָן זײַן אין בערדיטשעוו. צווישן די, בײַ וועמען מיר האָבן גענומען דאָ אַן אינטערוויו איז געווען די משפּחה “א”, הייסט עס, אַ מאַן און זײַן פֿרוי. דער מאַן האָט געקענט מאַמע־לשון פֿון דער היים, פֿונעם שטעטל, פֿון דער סבֿיבֿה. ער איז געווען באַקאַנט מיטן ייִדישן פֿאָלקלאָר: פֿאָלקסלידער און פֿאָלקס־מעשׂיות. זײַן ווײַב האָט זיך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געלערנט אין אַ סאָוועטישער ייִדישער שול, גערעדט אַ “פּראַווילנעם”, ריכטיקן ייִדיש, געלייענט ייִדישע ליטעראַטור, אַ געוועזענע לייענערין פֿון “סאָוועטיש היימלאַנד”. איר מאַן האָט גערעדט ייִדיש אויף אַ ספּעציפֿישן אָרטיקן דיאַלעקט, פֿלעג זי אים בעת דעם אינטערוויו, מאַכן באַמערקונגעןw ווען ער האָט אַרײַנגעמישט איז זײַן רעדן לאָקאַליזמען, צי אַ רוסיש וואָרט. פֿאַרשטייט זיך, אַז אונדז האָט אינטערעסירט טאַקע דער דיאַלעקט זײַנער און ניט די ליטעראַרישע שפּראַך פֿון זײַן פֿרוי.
אין אונדזער פֿראַגע־ליסטע איז דאָ אַזאַ אָפּטיילw לויט וועלכן מע בעט בײַ די, וואָס מע אינטערוויוירט, זיי זאָלן איבערזעצן אויף ייִדיש פֿאַרשיידענע ווערטער, צי זאַצן פֿון רוסיש. צום בײַשפּיל: ווי אַזוי וועט איר זאָגן אויף ייִדיש: „אָן באָלען‟? געוויינטלעך ענטפֿערט מען: ער איז קראַנק. זעלטענער: ער איז שלאַף. גאָר זעלטן: ער איז חולה. אייניקע זעצן איבער אי „ער איז קראַנק‟w אי „ער איז שלאַף‟. איז דעמאָלט פֿרעגן מיר: ווען נוצט מען דאָס וואָרט „קראַנק‟ און ווען “שלאַף”? געווען אויך אַזוינע ענטפֿערס: ווען עמעצער איז זייער קראַנק, זאָגט מען, אַז ער איז שלאַף.
אייניקע פֿון די וועמען מיר פֿרעגן אויס כיטרעווען — דערציילן ניט אַלץ, וואָס זיי געדענקען, וואָס זיי וואָלטן געקאָנט דערציילן, כּדי מיר זאָלן קומען צו זיי אין אַ יאָר אַרום נאָך מאָל. ניט נאָר דערפֿאַר, וואָס מע באַקומט פֿון אונדז עטלעכע צענדליק דאָלאַרן פֿאַר אַן אינטערוויו. פֿאַר די עלטערע מענטשן, איז וויכטיק די אויפֿמערקזאַמקייט, דאָס, וואָס מע נייטיק זיך אין זיי, מע פֿאַרגעסט זיי ניט. צווישן אַזעלכע כיטרע ייִדן איז אויך געווען דער מאַן פֿון דער משפּחה “א”.
מיר פֿרעגן אים: — ווי וועט זײַן אויף ייִדיש „אָן באָלען‟. הייבט ער אָן: „ער איז קראַנק.‟ דערנאָך גיט ער צו: „ער איז שוואַך אין געזונט, ער איז ניט אין גאַנצן, ער איז ניט מיט אַלעמען… אָ! כ’האָב זיך דערמאָנט אַ וויץ! איר פֿאַרשרײַבט? איז הערט: אַ בעסאַראַבער ייִדינע זאָגט: ׳ס’טוט מיר וויי דער קאָפּ, ס’שטעכט מיך אין אַ זײַט, ס’דרייט מיך אין בויך און אַליין בין איך אויך נישט מיט אַלעמען׳. האַ! ווי געפֿעלט אײַך? און ווען איך בין געווען אין עוואַקואַציע האָב איך פֿון אַ פּוילישן ייִדן געהערט אַזאַ אויסדרוק, וועגן איינעם אַ קראַנקן: ׳ער איז אַ גאַנצן ווינטער געלעגן צו בעט׳.
מיר ווילן וויסן צי ער קען דאָס וואָרט — שלאַף. שטעלט מען אים אַן אָנדײַט־פֿראַגע: „ווי וועט איר זאָגן אויף ייִדיש: ׳אָן אָטשען באָלען?׳
זאָגט דער כיטרער ייִד: „אויב כ’וועל זיך דערמאָנען וועל איך אײַך זאָגן אָן אַ צאָל בײַשפּילן. איר פֿאַרשרײַבט? איז אַזוי: ער איז זייער קראַנק, ער איז גוט קראַנק, ער איז מסוכּן קראַנק, ער האַלט מיטן געזונט זייער שלעכט, מע האַלט שוין ניט פֿון אים… און אויב איר ווילט, זאָג איך אײַך אויך ווערטלעך: ליגן אין געהאַקטע ווינדן.‟
דאָ טוט אים די פֿרוי אַ באַמערקונג: „געהאַקטע וווּנדן!‟
דער מאַן זעצט פֿאָר: „ער איז שוין מיט איין פֿיס אויף יענער וועלט, ער איז שוין מער אויף יענער וועלט ווי אויף דער וועלט, ער איז שוין ניט קיין היגער, אַ פֿיס אין שטיב אַ פֿיס אין גריב.
די פֿרוי זײַנע: „אַ פֿוס, אַ שטוב, אַ גרוב.‟
איר מאַן דברט ווײַטער: „ער שטאַרבט אַוועק, דער דאָקטער האָט שוין לאַנג אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט אויף אים, די דאָקטוירים לייגן שוין ניט קיין האָפֿענונג אויף זײַן געזונט, סע שמעקט שוין מיטן טויט, ער וועט שוין לאַנג קיין מיסט ניט מאַכן, די ערד ליגט אויף אים, זײַן נשמה הענגט אים אויף אַ האָר. ווײַטער — גיט צו וויסן דער מאַן — וועל איך אײַך זאָגן מיט איין ׳פּרעדלאָזשעניע׳. די פֿרוי טײַטשט אויס: „מיט איין זאַץ.‟
„איז אַזוי: קוים וואָס ער זשיפּעט, זשאַווערט, לעבט, שלעפּט די פֿיס … אָ! כ’האָב זיך דערמאָנט אַ וויץ וועגן הערשעלע אָסטראָפּאָלער. ער פֿלעג דאָך זײַן אין אונדזערע מקומות. איר פֿאַרשרײַבט? הערט:
„הערשעלע אָסטראָפּאָלער האָט באַגעגנט אַ שכן, וועלכן ער האָט שוין אַ לענגערע צײַט ניט געזען און פֿרעגט אים:
׳ר׳ שלמה, וווּ זענט איר געווען, וואָס מע האָט אײַך ניט געזען?׳
׳אוי הערשעלע, פֿרעג ניט! איך בין געווען אין אָדעס און דאָרטן קראַנק געוואָרן. צוויי חדשים האָב איך דאָרטן געקרענקט און עס האָט אָפּגעקאָסט אַ חשבון פֿון צוויי הונדער רובל.׳
׳אַזוי גאָר? — האָט זיך פֿאַרוווּנדערט דער לץ — בײַ אונדז אין מעדזשיבאָש וואָלט איר פֿאַר אַזוי פֿיל געלט געקענט קרענקען צוויי יאָר…׳‟
דאָ מישט זיך אַרײַן די פֿרוי: „איך געדענק אַ סטראָפֿע פֿון לייב קוויטקאָס אַ ליד:
׳…בין איך קראַנק דען,
וואָס איך רײַס פֿון זיך די הויט,
און וויל אַנטלויפֿן וווּהין מײַן דאָרשט פֿאַרטראָגט מיך…׳‟
דער מאַן רײַסט זי איבער:
„זיי זאַמלען פֿאָלקלאָר. ליטעראַטור קען מען אָן דיר.
„אָבער חוץ דעם וואָרט ׳קראַנק׳ — ווענדט זיך עמעצער פֿון אונדז צום מאַן — צי קענט איר ניט אַן אַנדער וואָרט, וואָס זאָל האָבן דעם באַטײַט — ׳אָן באָלען׳?׳
„וואָס הייסט כ’קען ניט? וויפֿל איר ווילט! כ’קאָן אײַך ברענגען בײַשפּילן פֿון פֿאָלקסלידער. הייסט עס, אין גאַנצן די לידער געדענק איך ניט, מײַן זכּרון טויג שוין אויף כּפּרות‘ ווען איר קומט צו מיר מיט אַ צוואַנציק יאָר צוריק — אָהאָ־האָ!
בלויז שורות פֿון אייניקע לידער:
׳אוי, מאַמעניו, ס’איז מיר שלעכט, וואָס ערגער קאָן שוין ניט זײַן.׳ צי: ׳נאָר איין גאָט ווייסט דעם אמת, אַז איך ליג אויפֿן טויטן בעט און קרעכץ.׳
צי אַ קלאָגליד פֿון אַ מיידל: ׳אַז איך דערמאָן זיך, אַז דו דאַרפֿסט צום קיסר דינען גיין, ווערט אַנטפֿאַלן מײַן געזונט.׳ הערט נאָך אַ פּאָר שורות: ׳…קראַנק בין איך קראַנק,//כ’ליג אין אַ טיפֿער קרענק.׳‟
דאָ מישט זיך אַרײַן די פֿרוי: „דו געדענקסט דײַן מאַמע פֿלעג זינגען:
׳איך שטיי דאָך אויף גאַנץ פֿרי
פֿון דער הוילער באַנק,
דער גוף איז פֿאַרטריקנט
און איך בין טויט־קראַנק…׳
„צי איך געדענק? כ’האָב זיך טאַקע דערמאָנט דער מאַמעס לידער. אײַ, איז זי געווען אַ זינגערין! ווען ניט ׳די גיטע קרענק׳ דורך וועלכער זי איז פֿרי געשטאָרבן, וואָלט איך זיך נאָך אויסגעלערנט פֿון איר אַ וואָגן מיט לידער…
„די ׳גוטע קרענק׳,‟ בעסערט אים אויס די פֿרוי. דער מאַן הייבט אָן זינגען:
׳אַזוי ווי מע האָט מיך אין שפּיטאָל אַראָפּגעפֿירט
באַלד האָבן מיך דאָקטוירים באַטראַכט,
מיט קיין אבֿר האָב איך ניט גערירט…׳
„צי אַ ליד, וואָס זינגט אַ מיידל, וועגן דעם חתן וועלכן זי וויל ניט:
׳העלף מיר, גאָט, מײַן געדאַנק,
לייג אים אַנידער אַ ביסעלע קראַנק
און אַז ער וועט שוין גאָר קראַנק זײַן,
וועל איך אַ פֿונט ליכט מנדר זײַן…׳
„איך האָב אַ מאָל — זאָגט דער מאַן — געאַרבעט מיט אַ ליטוואַק, פֿלעג ער ניט זאָגן ׳זייער קראַנק׳, נאָר: ׳קראַנק פֿאַרבײַ׳, בײַ זיי אין ליטע איז אַפֿילו געווען אַזאַ ווערטל: קראַנק פֿאַרבײַ, נאָר פֿרעסט פֿאַר דרײַ! איצט זאָגט, טײַערע פּראָפֿעסאָרן, כ’האָב ניט פֿאַרשעמט מיט אונדזער ייִדיש דעם רוסישן ׳אָטשען באָלען׳? אַגבֿ, מיט דער פֿראַגע ׳אָטשען באָלען׳ וואָלט איר זיך געמעגט ווענדן צו מײַן שכן ׳ב׳.
„וואָסי? דער ייִד ׳ב׳ איז ניטאָ אין אונדזער רשימה.‟
„ווײַל ער ווייסט אַ קרענק, — צעלאַכט זיך אונדזער אינטערוויוער.
מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס וואָרט ׳שלאַף׳ וועט מען פֿון אים דאָס מאָל ניט אַרויסציִען. און אפֿשר קען ער עס טאַקע ניט?
„רבותי — זאָגט דער מאַן — איר האָט מיך שוין פֿאַרמוטשעט, כ’בין פֿון אײַך פֿאַרשוואַכט געוואָרן און מיד. קומט אין אַ יאָר אַרום וועל איך זיך, אפֿשר, דערמאָנען אויך אַנדערע ווערטער, ווערטלעך, לידער…‟
בײַם געזעגענען, אויף דער שוועל, זאָגט ער צו אונדז: „נו, קראַנק, שלאַף — אַבי געזינט!‟ און דער מאַן טוט אַ כיטרען שמייכל צו אונדז. „געזונט,‟ פֿאַרריכט אים די פֿרוי. „געזונט זאָלסטו זײַן, וויצלער מײַנער. קיין בייזע קרענק זאָל דיך ניט נעמען!…‟
ייִדיש, ייִדיש, דו ביסט אומאויסשעפּלעך! אײַ, האָב איך דיך ליב, מײַן אוצר — מײַן ייִדיש!..
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.