די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט פּובליקירט אויף אַ פֿעדעראַלער מלוכישער וועבזײַט אַ פּרטימדיקן באַריכט אויף אַ טויזנט זײַטן, וואָס באַשרײַבט אַ טיף-געהיימע מיליטערישע באַזע, וועלכע מע פּלאַנירט צו שאַפֿן אין ישׂראל, כּדי אַרײַנצושטעלן די באַליסטישע שוץ-סיסטעם „Arrow 3‟.
שירה פֿרענקעל, אַ זשורנאַליסטקע פֿונעם „מאַק׳קלעטשיס וואַשינגטאָן-ביוראָ‟, האָט איבערגעגעבן דעם 3טן יוני, אַז דער דאָקומענט איז פּובליקירט געוואָרן, כּדי צו באַקענען די אַמעריקאַנער פֿעדעראַלע בוי-פֿירמעס אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיטן פּראָיעקט, וועלכער וועט קאָסטן 25 מיליאָן דאָלאַר, און באַשליסן, צי זיי ווילן אויסבויען דעם קאָמפּלעקס. לויט דעם פּלאַן, וועט די סיסטעם „Arrow 3‟ אינסטאַלירט ווערן אינעם יאָר 2015, און וועט קאָנען אַראָפּשיסן באַליסטישע ראַקעטן פֿון אַ מהלך ביז 1,500 מײַל, מחוץ דער ערד-אַטמאָספֿער.
איין ישׂראלדיקער רעגירונג-פֿאָרשטייער, וועלכער האָט נישט געוואָלט אָנגעבן זײַן נאָמען, האָט קריטיקירט די פּובליקאַציע פֿונעם פּלאַן. דער פּובליקירטער באַריכט אַנטהאַלט אַ פּרטימדיקן פּלאַן פֿונעם גאַנצן מיליטערישן קאָמפּלעקט, פֿונעם טיפֿן אונטערערדישן טייל ביז די מאַטעריאַלן, וועלכע וועלן אויסגענוצט ווערן בעתן בויען. אין טל-שחר, אַ מושבֿ נישט ווײַט פֿון בית-שמש, וווּ דער קאָמפּלעקס וועט אויפֿגעשטעלט ווערן, איז די אינפֿאָרמאַציע וועגן אים געווען באַהאַלטן ווי אַ טיפֿער סוד; די אָרטיקע מיליטערישע אינסטאַנצן האָבן זיך אַפֿילו אָפּגעזאָגט צו באַשטעטיקן דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַזאַ אָביעקט אינעם ראַיאָן צווישן תּל-אָבֿיבֿ און אַשדוד.
אַ וואָרטזאָגער פֿונעם „פּענטאַגאָן‟, לייטענאַנט-פּאָלקאָווניק וועסלי מילער, האָט דערקלערט, אַז אַזעלכע דאָקומענטן ווערן כּסדר פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אינטערנעץ פֿאַר די אַמעריקאַנער פֿירמעס, וועלכע האָבן שוין אויסגעבויט אַ סך מיליטערישע באַזעס אין ישׂראל, בסך-הכּל אויף אַ סומע פֿון בערך 500 מיליאָן דאָלאַר, אַרײַנגערעכנט אַ לופֿט-באַזע, אויסשפּיר-אינסטאַנצן און אונטערערדישע עראָפּלאַן-האַנגאַרן.
לייטענאַנט-פּאָלקאָווניק פּלג זאבֿי, וועלכער פֿירט אָן מיטן זוכן פּאָטענציעלע אַמעריקאַנער בויער פֿון ישׂראלדיקער מיליטערישע אָביעקטן, האָט געזאָגט, אַז די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן האָבן געוווּסט פֿון אָנהייב אָן, אַז אַזעלכע בשותּפֿותדיקע בוי-פּראָיעקטן קאָנען פֿאַרשאַפֿן מעגלעכע זיכערהייט-פּראָבלעמען, צוליב דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון ידיעות וועגן געהיימע אָביעקטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.