בערלין. — נאָך דעם, ווי די דײַטשישע רעגירונג האָט אָפּגעשטעלט די שטיצע פֿון דער בערלינער ייִדישער קהילה, האָבן די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין דער שטאָט זיך ערנסט צעקריגט. די בערלינער מוניציפּאַלע רעגירונג האָט זיך אָפּגעזאָגט צו שטיצן די קהילה, וועלכער האָט נישט געקאָנט דאָקומענטירן, ווי געהעריק, אירע בודזשעט-באַדערפֿענישן. ביז איצט, האָט די מלוכישע סובסידיע באַטראָפֿן מער ווי 7.3 מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר.
די ייִדישע קהילה אין בערלין איז די גרעסטע אינעם לאַנד, מיט 10,000 רעגיסטרירטע מיטגלידער. די רעגירונג האָט געבעטן בײַ דער קהילה-אָרגאַניזאַציע צונויפֿצושטעלן אַ רשימה פֿון בערך 300 מיטאַרבעטער און זייערע שׂכירות, ווי אַ טייל פֿונעם בודזשעט-חשבון. די קהילה-אָרגאַניזאַציע, „ייִדישע געמײַנדע‟, האָט עס אָבער נישט געטאָן, און די מוניציפּאַלע אינסטאַנצן האָבן פֿאַרפֿרוירן די שטיצע.
הרבֿ יהושע ספּינער, דער עקזעקוטיווער וויצע-פּרעזידענט און הויפּט-פֿאַרוואַלטער בײַ דער „פֿונדאַציע פֿון ראָנאַלד לאַודער‟ אין בערלין, האָט דערקלערט, אַז די רעגירונג האָט עס געמוזט טאָן, אָבער, ווי ער גלייבט, האָט חרטה פֿאַר דער אָפּשטעלונג פֿון דער שטיצע. גונטער קאָלאָדזשיי, אַ וואָרטזאָגער פֿון דער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע, האָט געזאָגט דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟ אין אַן אינטערוויו, אַז די מלוכישע באַאַמטער „שאַצן אָפּ זייער הויך דאָס ייִדישע לעבן אין דער דײַטשישער הויפּשטאָט‟ און אַז מע האָפֿט צו באַנײַען באַלד די שטיצע און לייזן די איצטיקע פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, באַלד ווי די קהילה וועט איבערגעבן די נייטיקע אינפֿאָרמאַציע וועגן איר בודזשעט-פּלאַן.
אַ טייל בערלינער ייִדן האָבן זיך געחידושט, פֿאַרוואָס די קהילה-אָרגאַניזאַציע, וועלכע עקזיסטירט כּמעט אינגאַנצן אויפֿן מלוכישן חשבון, זאָל זיך אַזוי אויפֿפֿירן. סערגיי לאַגאָדינסקי, אַ 21־יאָריקער אַדוואָקאַט און איינער פֿון די 21 מיטגלידער בײַם פֿאָרשטייער-ראַט פֿון דער קהילה, האָט דערקלערט, אַז אין אַזאַ מצבֿ האָט מען געזאָלט אָנהאַלטן די גוטע באַציִונגען מיט די מלוכישע שטיצע-געבער און צונויפֿשטעלן די דאָקומענטן, ווי עס דאַרף צו זײַן. גדעון יפֿה, דער ראָש-הקהילה, האָט אָבער געזאָגט דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, אַז די שטאָטס-רעגירונג האָט שוין באַקומען די גאַנצע נייטיקע אינפֿאָרמאַציע.
יפֿה האָט געזאָגט, אַז ביז סוף יוני האָט די קהילה זיך געקליבן צונויפֿצושטעלן אַ רשימה פֿון אירע מיטאַרבעטער; ער האָט אָבער נישט געגעבן אַ קלאָרן ענטפֿער, פֿאַרוואָס מע האָט עס נישט געטאָן באַצײַטנס. לאַגאָדינסקי האָט אָבער געזאָגט, אַז למעשׂה האָט מען נישט געוויזן די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע דער קהילה-פֿאַרוואַלטונג, ווי מע האָט עס געמוזט טאָן לויט די אינערלעכע אָפּמאַכן פֿון דער אָרגאַניזאַציע.
ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער דאָזיקער סיטואַציע, האָט יפֿה זיך געגעבן אַן עצה צו באָרגן די נייטיקע סומע געלט פֿאַר די שׂכירות פֿון די באַאַמטע, אויסנוצנדיק אַ געוויסן קהילה-פֿאַרמעגן ווי אַ משכּן. ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו זאָגן, וויפֿל געלט מע האָט געבאָרגט און וואָס פֿאַר אַ פֿאַרמעגן מע האָט פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרזעצן.
דעם 23סטן מײַ, האָבן צוויי דריטל פֿון די קהילה-רעפּרעזענטאַנטן געגעבן יפֿה צו באָרגן דאָס געלט. בעת אַ שטורעמדיקער זיצונג, האָבן יפֿהס שטיצער און קריטיקער אָנגעהויבן צו שעלטן איינער דעם צווייטן. עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ געשלעג מיט פֿיזישע אָנפֿאַלן. קלאַודיאַ קעלער, וועלכע האָט באַזוכט די זיצונג ווי אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער חשובֿער בערלינער צײַטונג „דער טאַגעסשפּיגעל‟, האָט דערציילט, אַז די פֿאַרזאַמלטע האָבן אַרויסגערופֿן די פּאָליציי און באַשולדיקט די שלעגער אין זעקס קרימינעלע מעשׂים.
דעם 24סטן מײַ, האָט קעלער איבערגעגעבן, אַז די קהילה האָט געליטן אַן אומפּרעצעדענטישע מאָראַלישע מפּלה. אַ צאָל פּראָמינענטע ייִדישע פֿירער האָבן קריטיקירט די אויפֿפֿירונג פֿון זי זיצונג-באַטייליקטע.
דיידרע בערגער, די דירעקטאָרין בײַם בערלינער ביוראָ פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟, האָט באַמערקט, אַז די רעפּוטאַציע פֿון דער בערלינער קהילה-אָרגאַניזאַציע איז שטאַרק צעשעדיקט געוואָרן צוליב די אומקלאָרע פֿינאַנציעלע אָפּעראַציעס, אומרעגולערע פּראָצעדורן און צוואַנג-מעטאָדן, אַרײַנגערעכנט פֿיזישע אָנפֿאַלן. אַ צאָל קריטיקער זענען חושד, אַז נאָך אַזאַ מפּלה וועט די קהילה זיך אויך צעשפּאַלטן.
די קהילה-אָרגאַניזאַציע איז שוין שולדיק דער בערלינער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע אַ סומע פֿון 7.85 מיליאָן דאָלאַר, צוליב נישט-ריכטיקער חשבונות פֿון פּענסיעס. יפֿה האָט מסכּים געווען, אַז מע מוז אָפּצאָלן די דאָזיקע סומע; ער האָט אָבער פֿאָרגעלייגט, אַז כּדי צו העלפֿן דער קהילה פּטור צו ווערן פֿונעם חובֿ, דאַרף די רעגירונג אַליין פֿאַרגרעסערן די סובסידיעס אויף 1.3 מיליאָן אַ יאָר.
לאַגאָדינסקי האָט געטענהט, אַז יפֿה פֿירט זיך אויף אויטאָריטאַריש און דיקטאַטאָריש. פֿון זײַן צד, האָט יפֿה באַשולדיקט זײַנע אָפּאָנענטן אין „אַגרעסיע‟. מאַיאַ זיידען, אַן אַנדער קהילה-אַקטיוויסטקע, האָט געמאָלדן, אַז יפֿה „האַלט זיך פֿאַר אַ קיניג‟. ווי דער קהילה-פֿאַרוואַלטער, באַקומט ער שׂכירות פֿון 157,000 דאָלאַר אַ יאָר. לאַלאַ זוסקינד, וועלכע האָט אויסגעפֿירט די זעלבע פֿליכטן פֿריִער, האָט עס געטאָן פֿרײַוויליק און אינגאַנצן אומזיסט.
ספּינער האָט געזאָגט, אַז אויב דער הײַנטיקער מצבֿ וועט זיך נישט בײַטן, וועט די קהילה, וואָס באַשטייט, אין אַ גרויסער מאָס, פֿון רוסיש-רעדנדיקע אימיגראַנטן, נישט קאָנען זיך אָנהאַלטן און וועט זיך באַלד אינגאַנצן צעפֿאַלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.