רויבערס טוען זיך אָן פֿרום

Robbers Dress Like Haredim


Published June 05, 2013, issue of June 21, 2013.

די פֿראַנצויזישע נײַעס-וועבזײַט „לאַ דעפּעש‟ האָט איבערגעגעבן, אַז אַ גרופּע פֿאַרברעכער, באַקליידט ווי חרדישע ייִדן, האָבן באַרויבט אַ ייִדישן יוּוועליר אין מאַרסיי, דרום-פֿראַנקרײַך.

מיטוואָך צופֿרי, דעם 5טן יוני, זענען פֿיר מענער צוגעקומען צו אַ מאַרסייער יוּוועליר-קראָם; צוויי פֿון זיי זענען געווען באַקליידט פֿרום, לויט דער נײַעס-אַגענטור „AFP‟, און נאָך צוויי האָבן געטראָגן שוואַרצע מאַסקעס. צום ווייניקסטן איינער פֿון זיי האָט געהאַט אַ „קאַלאַשניקאָוו‟-ביקס. דער באַגנבֿעטער האָט אין יענעם מאָמענט פּאַרקירט זײַן אויטאָ לעבן זײַן היים.

די רויבער האָבן געצוווּנגען דעם יוּוועליר צו עפֿענען זײַן קראָם, באַגנבֿעט זי און אַרויסגעלאָזט אין דער לופֿטן אַ גאַז, וועלכער האָט, ווי עס האָבן איבערגעגעבן אַרום 30 תּושבֿים פֿון די בשכנותדיקע דירות, אַרויסגערופֿן בײַ זיי הויט-בײַסעניש און געמאַכט שווער צו אָטעמען. די אײַנוווינער פֿונעם ראַיאָן האָבן אָנגעקלונגען אין דער פּאָליציי און דערציילט וועגן דעם גאַז; ווען די פּאָליציאַנטן זענען אָנגעקומען, זענען די פֿאַרברעכער שוין געווען אַוועקגעפֿאָרן מיטן פֿאַרכאַפּטן יוּוועליר, וועלכן זיי האָבן אָפּגעלאָזט אין זייער אויטאָ אויף אַ שאָסיי נישט ווײַט פֿון דער שטאָט, און האָבן זיך געלאָזט פֿאָרן ווײַטער אין אַן אַנדער אויטאָמאָביל.

לויט „לאַ דעפּעש‟, איז דער 70־יאָריקער בעל-הבית פֿון דער קראָם נישט פֿאַרוווּנדעט געוואָרן; לויט אַנדערע נײַעס-קוואַלן האָט ער באַקומען לײַכטע קלעפּ.