ווער איז דײַן מאַמע?

Who is Your Mama?


פֿון ייִט״אַ און אַנדערע קוואַלן

Published June 06, 2013, issue of July 05, 2013.

זייער אָפֿט וועט אַ נײַע המצאה אין דער טעכנאָלאָגיע אַרויסרופֿן קאָמפּליצירטע פּראָבלעמען אין דער הלכה, און בפֿרט ווען עס רעדט זיך וועגן די פֿרוכפּער־באַהאַנדלונגען. למשל, אויב מע פֿלאַנצט איבער די אייער פֿון איין פֿרוי אינעם הייבמוטער פֿון אַ צווייטער, וועלכע פֿרוי איז די ייִדישע מאַמע? די פֿרוי וואָס באַזאָרגט די אייער, אָדער די פֿרוי וואָס שוואַנגערט און האָט דאָס קינד? דאָס איז נישט בלויז אַ טעאָרעטישע פֿראַגע, ווײַל סײַ די אָרטאָדאָקסישע ייִדן, סײַ די קאָנסערוואַטיווע, האַלטן זיך מיטן דין, אַז אַ קינדס ייִדישער סטאַטוס ווערט באַשטימט לויט דער אידענטיטעט פֿון דער מאַמען.

די וואָך האָט די „ניו־יאָרק טײַמס‟ אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל פֿון אַ 42־יאָריקער ייִדישער פֿרוי, וועלכע קען נישט האָבן קיין קינדער. די פֿרוי, קאַרין טשעלסער, ציטירט הרבֿ שאול ראָזען, וועלכער האָט געגרינדעט A TIME, אַ שטיץ־אָרגאַניזאַציע פֿאַר סטערילע פּאָרפֿעלקער. „אויב דאָס איי איז פֿון אַ נישט־ייִד, הייסט עס, אַז דער גענעטישער קאָד איז פֿון אַ נישט־ייִדישער פֿרוי. כּדי צו זײַן פֿאַררעכנט פֿאַר אַ ייִד, דאַרף דאָס קינד דורכמאַכן אַ גיור, פּונקט ווי אַלע אַנדערע נישט־ייִדן.‟

„הערנדיק אַזאַ זאַך, האָב איך זיך צעוויינט,‟ שרײַבט טשעלסער. „ס׳איז נישט געווען צוליב דעם וואָס אַן אויטאָריטעט ווי ראַבײַ ראָזען האַלט אפֿשר נישט פֿון איבערפֿלאַנצן אייער, נאָר גיכער צוליב דעם וואָס די רבנים באַצייכענען מיך בכלל נישט ווי די מאַמע פֿון מײַן אייגן קינד.‟

טשעלסער ציטירט אויך עטלעכע אַנדערע רבנישע עקספּערטן, ווי, למשל, ראַבינער עליאָט דאָרף, אַ געוועזענער פֿאָרזיצער פֿונעם ריטואַל־קאָמיטעט בײַ דער „ראַבינער־אַסעמבלעע‟, פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג.

„געוויסע רבנים אין דער אָרטאָדאָקסישער וועלט האָבן לעצטנס אָנגעהויבן אַרומרעדן דעם ענין פֿון אַן אַנדער קוקווינקל,‟ האָט דאָרף דערקלערט. „מע קען געפֿינען פּסוקים אין דער תּורה, וואָס טענהן, אַז די פֿרוי וואָס גיט דאָס איי איז די מאַמע, און אַנדערע וואָס טענהן, אַז די מאַמע, וואָס געבערט דאָס קינד איז די מאַמע.‟

הרבֿ קענעט בראַנדער, אַ דעקאַן אין „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟, לייגט פֿאָר אַ פּראַקטישע לייזונג: אויב איינע פֿון די צוויי פֿרויען אין דער פּראָצעדור איז נישט קיין ייִדישע, זאָל דאָס קינד דורכמאַכן אַ גיור־צערעמאָניע: דאָס הייסט, אײַנטונקען דאָס עופֿעלע אין דער מיקווה, און בײַ ייִנגלעך — אַ ברית־מילה. אַזוי וועט מען אויסמײַדן מעגלעכע קשיות אין דער צוקונפֿט.

הרבֿ דוד בלייך, אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ, וועלכער לערנט בײַם „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ וועגן ייִדישע עטישע ענינים, האַלט, אַז דער ענין איז נאָך מער קאָמפּליצירט. אויב דאָס זײַן אַ מאַמע באַשטייט סײַ פֿון גיבן דעם קינד איר גענעטישן קאָד, סײַ פֿון שוואַנגערן און האָבן דאָס קינד, האָט די מאָדערנע וויסנשאַפֿט אפֿשר געשאַפֿן אַ נײַע רעאַליטעט, ווי אַ קינד קאָן האָבן צוויי מאַמעס! אויב אַזוי, זאָגט ער, מוזן ביידע מאַמעס זײַן ייִדן.

בלייך באַטאָנט אַ צווייטן שווערן ענין. די הלכה פֿאַרווערט דאָס באַהאַלטן די אידענטיטעט פֿון טאַטע־מאַמע, צוליב זאָרג, אַז מענטשן קאָנען נישט־וויסנדיק האָבן קינדער מיט נאָענטע קרובֿים, און דערבײַ באַגיין אינצעסט. די פּראָבלעם איז, אַז די פֿרויען וועלכע גיבן אַוועק זייערע אייער דורך דער פּראָצעדור טוען עס אַנאָנים, און במילא קעגן דער הלכה. בלייך האַלט, אַז די ענינים פֿון דער קינסטלעכער פֿרוכפּערונג זענען הײַנט אַזוי קאָמפּליצירט, אַז ער מוטיקט בכלל נישט קיין פּרובירל־באַפֿרוכפּערונג (in vitro fertilization) פֿאַר ייִדישע פּאָרפֿעלקער.

הגם דער לייענער געפֿינט נישט אויס, צי טשעלסערס קינד האָט, אין לעצטן סך־הכּל, יאָ צי נישט דורכגעמאַכט אַ גיור־צערעמאָניע, איז קלאָר פֿון איר לעצטן פּאַראַגראַף, אַז זי האַלט זיך פֿאַר דער אמתער מאַמען.

„מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך געהאַלטן אין מיטן מאַכן וועטשערע, ווען מײַן ייִנגעלע איז אַרײַנגעלאָפֿן אין קיך, שרײַענדיק: ׳מאַ־מאַ!׳ און מיך אָרומגעכאַפּט. ווײַזט אויס, כ׳האָב בלויז געדאַרפֿט פֿרעגן בײַ מײַן קינד ווער זײַן מאַמע איז. ער ווייסט שוין פֿון לאַנג.‟