דעם 2טן יוני איז אין קאַנאַדע געשטאָרבן די 103־יאָריקע לעצטע קענערין פֿון דער ליוואָנישער שפּראַך, גריזעלדאַ קריסטין. אַ טייל מענטשן האַלטן אָבער, אַז דער לעצטער נאַטירלעכער קענער פֿון דער דאָזיקער שפּראַך און אירער אַ קרובֿ, וויקטאָר בערטאָלד, איז אַוועק מיט עטלעכע יאָר פֿריִער, אין 2008, ווײַל ליוואָניש איז געווען זײַן איינציק מאַמע-לשון. בײַ קריסטינען איז עס געווען די צווייטע היים-שפּראַך.
ווייניק מענטשן, אַחוץ ספּעציאַליסטן, ווייסן, וואָס ליוואָניש איז. דאָס איז די שפּראַך פֿון אַ קליינער עטנישער מינאָריטעט-גרופּע אין לעטלאַנד. הײַנט וווינען דאָרטן בערך 400 ליוואָנער. ס׳רובֿ פֿון זיי וווינען בײַם באַלטישן ים און דעם ריגער אײַנגוס, אין אַ ראַיאָן, וואָס טראָגט דעם נאָמען „ליווער ברעג‟. נאָך עטלעכע צענדליקער ליוואָנער וווינען אין רוסלאַנד, עסטלאַנד און אַנדערע לענדער. בלויז בערך 40 פֿון זיי קאָנען מער-ווייניקער פֿאַרשטיין די ליוואָנישע שפּראַך; קיין לעבעדיקע מענטשן, וואָס האָבן זי געהערט פֿון קינדווײַז אָן, זענען אינעם ראַיאָן שוין באַלד נישטאָ, אָבער עס זענען פֿאַראַן ענטוזיאַסטן, וועלכע פּרוּוון זיך זי אויסלערנען.
ליוואָניש איז איינע פֿון די פֿינאָ-אוגרישע שפּראַכן. פֿיניש, עסטלענדיש און אונגעריש — דרײַ אָפֿיציעלע הויפּט-שפּראַכן פֿון אייראָפּעיִשע לענדער — געהערן צו דער זעלבער משפּחה. אַ טוץ אַנדערע פֿינאָ-אוגרישע שפּראַכן ווערן גערעדט אין רוסלאַנד; אַ טייל פֿון זיי זענען אָפֿיציעלע שפּראַכן פֿון נאַציאָנאַלע אויטאָנאָמיעס. רעדנער פֿון נאָך אַ שפּראַך — סאַאַמי אָדער לאַפּלענדיש — וווינען אין נאָרוועגיע, שוועדן און לאַפּלאַנד, דעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿון פֿינלאַנד. אונגעריש איז אַ יוצא־דופֿן אין דער דאָזיקער שפּראַך-משפּחה, ווײַל די אוראַלטע מאַדיאַרן שטאַמען פֿון סיביר און זענען שפּראַכלעך פֿאַרבונדן מיט צוויי סיבירישע פֿעלקער, כאַנטי און מאַנסי, אָבער במשך פֿון זייער לאַנגן לעבן אין אייראָפּע, וווּ זיי האָבן זיך באַזעצט מיט אַ טויזנט יאָר צוריק, האָט זייער שפּראַך זיך געביטן און באַקומען אַן אוניקאַלע קלאַנגען־סיסטעם.
אין פֿאַרגלײַך מיט די מאַדיאַרן, וועלכע זענען אָנגעקומען קיין אייראָפּע אין דער מיטל-עלטערישער תּקופֿה, האָבן די אָבֿות פֿון ליוואָנער געלעבט אויפֿן שטח פֿון די הײַנטיקע באַלטישע לענדער מיט איבער 4,000 יאָר צוריק — פֿאַר די אורפֿאָטערס פֿון די לעטן, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אינעם דאָזיקן ראַיאָן מיט אַ טויזנט יאָר שפּעטער. אַ גרויסער טייל פֿון לעטלאַנד, וואָס נעמט אַרײַן די הויפּטשטאָט, ריגע, הייסט ליפֿלאַנד אָדער ליוואָניע נאָכן דאָזיקן פֿאָלק. דער באַקאַנטער ייִדישער משפּחה-נאָמען ליפֿלאַנד איז פֿאַרבונדן מיטן דאָזיקן ראַיאָן.
ס׳איז מעגלעך, אַז די ידיעה וועגן דעם טויט פֿון דער ליוואָנישער שפּראַך איז איבערגעטריבן. אין דער וועלט קאָנען נאָך זײַן עטלעכע מענטשן, וואָס פֿאַר זיי איז עס דאָס מאַמע-לשון. ס׳קאָן זײַן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט קריסטין, אַן אַקטיוויסטקע און אַ מיטמחברטע פֿון אַ ליוואָניש לערנבוך, ווילן זיי נישט מאַכן דערפֿון קיין פּירסום. אַזוי צי אַזוי, איז עס טרויעריק, ווען אַן אוראַלטע שפּראַך גייט אונטער און מע קאָן נישט אָפּגעפֿינען קיין מענטשן, וואָס קענען זי ווי געהעריק.
אין דער הײַנטיקער גלאָבאַליזירטער וועלט געפֿינען זיך אַ סך שפּראַכן אין אַ סכּנה. אין דער וועלט זענען פֿאַראַן בערך 7,000 פֿאַרשיידענע לשונות. בלויז אַ קליינע צאָל פֿון זיי געפֿינען זיך אין אַ סטאַבילן מצבֿ. אַ סך שפּראַכן עקזיסטירן ווײַטער, דער עיקר, צוליב דער סאָציאַלער אָדער געאָגראַפֿישער איזאָלאַציע פֿון זייערע קענער; ווען דער יונגער דור גייט אַריבער אויף ענגליש, שפּאַניש אָדער אַן אַנדער גלאָבאַלער שפּראַך, הייבט אָן זייער מאַמע-לשון אונטערצוגיין.
ס׳רובֿ מענטשן, ווען מע פֿרעגט בײַ זיי „וואָס פֿאַר אַ שפּראַך רעדט מען אין אַמעריקע?‟, ענטפֿערן: „ענגליש‟. אַ טייל וועלן צוגעבן שפּאַניש. אין דער אמתן, שפּיגלט זיך אָפּ אין אַזאַ ענטפֿער אַ טרויעריקע טענדענץ. אַמעריקע באַשטייט פֿון צוויי גרויסע קאָנטינענטן, וווּ עס וווינען הונדערטער פֿאַרשיידענע אײַנגעזעסענע פֿעלקער, וועלכע האָבן גערעדט אויף זייערע שפּראַכן במשך פֿון טויזנטער יאָרן פֿאַר דער אייראָפּעיִשער קאָלאָניזאַציע. ס׳רובֿ פֿון די דאָזיקע שפּראַכן זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, אָפֿט צוליב אַ בפֿירושער גענאָציד-רציחה, און אַ סך אַנדערע — צוליב אַסימילאַציע. פֿונדעסטוועגן, אַפֿילו בלויז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, שוין אָפּגערעדט פֿון דרום-אַמעריקע, זענען פֿאַראַן ראַיאָנען, וווּ מע רעדט אויף נאַוואַהאָ, יופּיק, דאַקאָטיש, אַפּאַטשיש, קערעסיש, טשעראָקיש און אַ גאַנצע ריי אַנדערע אוראַלטע אָרטיקע לשונות.
אַחוץ דעם, זענען פֿאַראַן אוניקאַלע שפּראַכן און דיאַלעקטן, וועלכע האָבן זיך געשאַפֿן אין אַמעריקע במשך פֿון דער קאָלאָניאַלער תּקופֿה. איין באַקאַנטער בײַשפּיל איז דער פּענסילווענישער „האָלענדיש‟ אָדער „פּענסילפֿאַניש‟ — וועלכן די אייניקלעך פֿון דײַטשיש-רעדנדיקע אימיגראַנטן, על-פּי־רובֿ פֿאָרשטייער פֿון פֿאַרשיידענע פּראָטעסטאַנטישע און אַנאַבאַפּטיסטישע קריסטלעכע סעקטעס, האָבן אָפּגעהיט און אַנטוויקלט במשך פֿון 300 יאָר. מער ווי אַ פֿערטל מיליאָן מענטשן קענען די שפּראַך; צוויי מאָל אַ יאָר קומט אין פּענסילוועניע אַרויס אַ צײַטונג מיטן נאָמען „Hiwwe wie Driwwe‟, וווּ עס ווערן געדרוקט אַרטיקלען און ליטעראַרישע ווערק אויף פֿאַרשיידענע פּענסילווענישע דיאַלעקטן.
אַחוץ דעם, האָבן זיך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן געשאַפֿן פֿאַרשיידענע קרעאָלישע לשונות, ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם קאָנטאַקט צווישן די אָרטיקע אינדיאַנער און אייראָפּעער. צום בײַשפּיל, רעדן בערך אַ פֿערטל תּושבֿים צפֿון-קאַראָלײַנע, דרום-קאַראָלײַנע, דזשאָרדזשע און פֿלאָרידע אויף אַ שפּראַך, וואָס זיי רופֿן אָן גולאַ. ס׳איז באַגרינדעט אויף ענגליש, אָבער אינגאַנצן נישט פֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַן ענגליש-רעדער. למשל, „Dem yent yeddy wuh oonuh say‟ מיינט אויף גולאַ „זיי האָבן נישט געהערט, וואָס דו האָסט געזאָגט‟.
די גרענעצן צווישן נאַטירלעך-גערעדטע און „טויטע‟ שפּראַכן זענען צומאָל צעשווענקט. איין באַרימטער בײַשפּיל איז דער מאָדערנער העברעיִש, וואָס ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַן „אויפֿגעלעבטע‟ שפּראַך. אין דער אמתן, איז עס זייער אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע פּערספּעקטיוו, צוליב עטלעכע סיבות. ייִדן האָבן תּמיד געדאַוונט און געשריבן אויף לשון-קודש; בײַ אַ סך ייִדן, בפֿרט בײַ תּלמידי-חכמים, איז עס אויך געווען פֿאַקטיש אַ טייל פֿון דער גערעדטער שפּראַך, צוזאַמען מיט אַ גרויסן טייל פֿון אַראַמיש.
פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער מאָדערנער העברעיִש, אין אַ גרויסער מאָס, אַ קינסטלעכע שפּראַך. אַ טייל לינגוויסטן באַטראַכטן עס אַפֿילו ווי „רעלעקסיפֿיצירטער ייִדיש‟, אַ רעזולטאַט פֿון דעם, וואָס אַ סך ייִדיש-רעדערס האָבן זיך געמוזט אַריבערגיין אויף העברעיִש, טראַכטנדיק נאָך אַלץ אויף ייִדיש און ממילא קאָפּירנדיק ייִדישע סעמאַנטיק און פֿאַרשיידענע קאָנסטרוקציעס. אַדרבה, דאָס קלאַסישע לשון-קודש האָט פֿאַרשיידענע נאַטירלעכע דיאַלעקטן, און דער מאָדערנער העברעיִש איז רעדוצירט געוואָרן צו בלויז איין כּמו-ספֿרדישער הבֿרה. אַוודאי, איז העברעיִש שוין במשך פֿון עטלעכע דורות געוואָרן אַ נאַטירלעכע שפּראַך; דאָס מיינט אָבער נישט, אַז ער איז אַן אויפֿגעלעבטער לשון-קודש.
רעדנדיק וועגן נאַטירלעכע און קינסטלעכע שפּראַכן, קאָן מען אויך ברענגען אַ בײַשפּיל, ווי אַ בפֿירוש קינסטלעכע שפּראַך ווערט צומאָל „נאַטוראַליזירט‟. איינער פֿון די מאַמע־לשונות פֿונעם באַקאַנטן אַמעריקאַנער מיליאַרדער דזשאָרדזש סאָראָס איז עספּעראַנטאָ — אַ שאַפֿונג פֿון אליעזר זאַמענהאָף, אַ ייִד פֿון ביאַליסטאָק, וועלכער האָט מיט איבער 120 יאָר צוריק אויסגעטראַכט ווי אַ מיטל פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלער קאָמוניקאַציע. סאָראָסעס טאַטע איז געווען אַ פֿאַרברענטער עספּעראַנטיסט און גערעדט מיט זײַן זון אויף דער דאָזיקער שפּראַך פֿונעם סאַמע געבורט.
צווישן אַנדערע נאַטירלעכע עספּעראַנטאָ-רעדער איז געווען דעניעל באָוועט — אַ שווייצאַרישער איטאַליענער, וועלכער האָט באַקומען אַ נאָבעל-פּרעמיע אין מעדיצין אינעם יאָר 1957. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז עס וועלן זיך נאָך אָפּגעפֿינען ענטוזיאַסטן פֿון ליוואָניש און אַנדערע טויטע שפּראַכן, וועלכע וועלן זיי זיך אויסלערנען טאַקע ווי געהעריק, אָן קינסטלעכע אידעאָלאָגישע קונצן, און וועלן זיי אַזוי אַרום ברענגען צוריק צום לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.