ווען אַ שטאָטישע לעגענדע ווערט פֿאַרשפּרייט און איבערדערציילט גענוג אָפֿט, ווערט זי פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ לעגענדע אין אַ „פֿאַקט‟. אַזוי איז געשען מיט דער מעשׂה, אַז דער „ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער פֿאָנד‟ („קרן קימת לישׂראל‟) האָט, כּלומרשט, אָפּגעמאַכט מיטן געוועזענעם פּרעזידענט ביל קלינטאָן צו געבן אים אַ האַלב מיליאָן דאָלאַר פֿון נישט-באַשטײַערטע פֿאָנדן, ער זאָל אויפֿטרעטן מיט אַ 45־מינוטיקער רעדע בעת אַ פּריוואַטער וועטשערע, פֿאַר אַ גרופּע געסט פֿון ישׂראל.
דעם 31סטן מײַ, האָט יוסי שׂריד, אַ געוועזענער ישׂראלדיקער בילדונג-מיניסטער, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ מיינונג-אַרטיקל אויף דער וועבזײַט פֿון דער צײַטונג „האָרץ‟, וווּ ער האָט מיטגעטיילט, אַז קלינטאָן וועט אויפֿטרעטן בעת אַ גאַלאַ-מאָלצײַט לכּבֿוד דעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט שמעון פּערעס, בײַם „אַקאַדעמישן צענטער אויפֿן נאָמען פֿון פּערעס‟, דעם 17טן יוני. שׂריד האָט געזאָגט, אַז די וועטשערע, אַ פֿײַערונג פֿון פּערעסעס 90סטן געבוירן-טאָג, וועט זײַן אַ פּריוואַטער אונטערנעמונג מיט אַ קליינער צאָל אויסגעקליבענע געסט; יעדער באַטייליקטער וועט מוזן געבן דעם אַקאַדעמישן צענטער אַ מתּנה פֿון 828 דאָלאַר, צו שטיצן זײַן סטיפּענדיע-פּראָגראַם.
שׂריד, איינער פֿון די פֿאַרבעטענע געסט, איז געוואָרן אויפֿגעבראַכט פֿון אַזאַ הויכן פּרײַז, אָנגעקלונגען עטלעכע מענטשן און אויסגעפֿונען, אַז פֿאַר קלינטאָנען וועט זײַן רעדע קאָסטן אַ סך מער — אַ האַלב מיליאָן דאָלאַר. די דאָזיקע סומע, ווי מע האָט געזאָגט שׂרידן, וועט געגעבן ווערן קלינטאָנס נישט-געשטײַערטער חסד-פֿונדאַציע פֿונעם „קרן קימת‟ — אַ מיטשטיצער פֿון פּערעסעס גאַלאַ-אונטערנעמונג.
ווען דער געוועזענער מיניסטער האָט עס אויסגעהערט, איז ער געוואָרן נאָך מער אין כּעס. פֿאַרוואָס זאָל „קרן קימת‟ — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס זאַמלט געלט פֿון ייִדן פֿאַר מדינת־ישׂראל — אָפּגעבן פֿאַר קלינטאָנס פֿילאַנטראָפּישן פֿאָנד, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט גאַנץ אַנדערע זאַכן? אפֿרים שטענצלער, דער פֿאָרזיצער פֿונעם „ישׂראלדיקן נאַציאָנאַלן פֿאָנד‟, האָט געוווּסט וואָס צו ענטפֿערן, דערפֿאַר האָט שׂריד אָנגעשריבן זײַן אַרטיקל, און די מעשׂה איז געוואָרן אַ גאַנצער סקאַנדאַל.
במשך פֿון די לעצטע טעג, האָבן אַ ריי צײַטונג און וועבזײַטן, אַרײַנגערעכנט „ידיעות אַחרונות‟ און „טײַמס פֿון ישׂראל‟, געהאַלטן אין איין קריטיקירן דעם „קרן קימת‟. ערשט שפּעטער, האָט דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ און עטלעכע אַנדערע אינפֿאָרמאַציע-קוואַלן אויסגעפֿונען, וואָס ס׳האָט אין דער אמתן פּאַסירט.
ווען דער „ענגלישער פֿאָרווערטס‟ האָט זיך פֿאַרבונדן מיטן ניו-יאָרקער ביוראָ פֿונעם פֿאָנד, האָט ער דערקלערט, אַז ס׳איז אַ באַזונדערע אָרגאַניזאַציע, וועלכע טראָגט נישט קיין אַחריות פֿאַרן ישׂראלדיקן „קרן קימת‟, מיט וועלכן די צײַטונג האָט זיך אויך פֿאַרבונדן. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער פֿאָנד האָט טאַקע מיטגעשטיצט פּערעסעס וועטשערע. אָבער, ווי די פֿאָרשטייער פֿונעם פֿאָנד האָבן באַטאָנט, האָט פּערעסעס אַקאַדעמישער צענטער שוין לאַנג אָפּגעמאַכט צו באַצאָלן פֿאַר קלינטאָנס רעדע, איידער דער „נאַציאָנאַלער פֿאָנד‟ האָט זיך אַרײַנגעמישט. דער צענטער — אַ קליינער, רעלאַטיוו אומבאַקאַנטער אינסטיטוט פֿון סאָציאַלע שטודיעס אין רחובֿות — האָט באַשטעטיקט, אַז זיי האָבן טאַקע געגעבן קלינטאָנען דאָס געלט פֿאַר זײַן פּלאַנירטן אויפֿטריט.
אויף דעם האָט די מעשׂה זיך אָבער נישט געשלאָסן. ווען פּערעס איז געווויר געוואָרן פֿון דער פּרעסע, אַז די וועטשערע לכּבֿוד זײַן געבוירן-טאָג וועט אויך דינען צו זאַמלען געלט, האָט ער געמאָלדן, אַז ער וועט נישט קומען, ווײַל די ישׂראלדיקע רעגולאַציעס דערלויבן אים נישט צו באַטייליקן זיך אין אַזעלכע אונטערנעמונגען. דער אַקאַדעמישער צענטער האָט באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז די וועטשערע וועט דורכפֿאַלן, אויב דער בעל-שׂימחה אַליין וועט נישט קומען; האָט מען באַשלאָסן אָפּצושאַפֿן דאָס געלט-זאַמלען און אַרײַנלאָזן אַלע געסט אומזיסט.
עס באַקומט זיך, אַז דער אינסטיטוט ברענגט איצט קלינטאָנען קיין ישׂראל אויף זײַן אייגענעם חשבון, אַנשטאָט אויסצונוצן דעם וויזיט פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט ווי אַ געלעגנהייט צו קריגן מער שטיצע. צוליב דער וואַקסנדיקער קריטיק אין דער פּרעסע — באַגרינדעט אויף דעם נישט-ריכטיקן אַרטיקל פֿון שׂרידן — האָט דער „קרן קימת‟ געמאָלדן דעם דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני, אַז ער וועט נישט שטיצן די וועטשערע.
בקיצור, דער „אַקאַדעמישער צענטער אויפֿן נאָמען פֿון פּערעס‟ האָט אַ פּרוּוו געטאָן צו טאַנצן אויף צוויי חתונות; די פּרעסע האָט פֿאַרדרייט די מעשׂה און גורם געווען אַ סיטואַציע, אין וועלכער דער צענטער איז געבליבן שולדיק דעם „קרן קימת‟, ווי מע האָט איבערגעגעבן, אַ סומע פֿון אַ האַלב מיליאָן דאָלאַר. די גוטע בשׂורה פֿאַר שׂרידן איז אָבער, וואָס ער וועט קאָנען אויסהערן קלינטאָנס רעדע אומזיסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.