דער ענין פֿון דער אָפּפֿירונג פֿונעם פּױפּסט פּיִוס דעם צװעלפֿטען בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה און בפֿרט פֿון זײַן פּאָזיציע לגבי דעם ייִדישן חורבן רופֿט אַרױס הײסע וויכּוחים. מען שרײַבט ביכער, װאָס פֿאַרטײדיקן אָדער באַשולדיקן דעם פּױפּסט, אָבער קײנער האָט ניט קײן פֿולן צוטריט צו די דאָקומענטן, װאָס ליגן באַגראָבן אין די געהײמע אַרכיװן פֿון װאַטיקאַן. אין 1999 איז געשאַפֿן געװאָרן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע פֿון דרײַ ייִדישע און דרײַ קאַטױלישע היסטאָריקער, כּדי אױסצופֿאָרשן דעם דאָזיקן ענין, אָבער מיט אַ יאָר שפּעטער האָט זי זיך אָפּגעזאָגט צו אַרבעטן װײַטער אָן אַ צוטריט צו די אַרכיװן.
אין די לעצטע יאָרן האָט דער שם פֿונעם פּױפּסט שטאַרק געליטן. עטלעכע היסטאָריקער האָבן געפּרוּװט װײַזן, אַז דער פּױפּסט האָט ניט געהאַט קײן חשק צו העלפֿן ייִדן און האָט אַפֿילו שטילערהײט געהאַט געװיסע סימפּאַטיע צו היטלערס רעזשים פֿאַר זײַן קאַמף קעגן קאָמוניזם. בלױז אין אײנצלנע פֿאַלן איז דער פּױפּסט געװען גרײט זיך מטריח צו זײַן לטובֿת ייִדן, און קודם־כּל יענע, װאָס זײַנען אַריבער צום קאַטױלישן גלױבן. אמת, אַ היפּשע צאָל גלחים, מאָנאַכן און ביסקופּן אין פֿאַרשידענע לענדער האָבן יאָ געראַטעװעט ייִדן און געגעבן זײ מקום־מקלט אין זײערע קלױסטערס, אָבער זײ האָבן דאָס געטאָן אױף זײער אײגענעם באַראָט, אָן קײן שום בפֿירושער סאַנקציע פֿון װאַטיקאַן.
The Pope‘s Jews (דעם פּויפּסטס ייִדן) דאָס נײַע בוך פֿונעם ענגלישן שרײַבער גאָרדאָן טאָמאַס, װאָס האָט פֿאַרפֿאַסט העכער װי פֿופֿציק ביכער װעגן כּלערלײ פּאָליטישע און היסטאָרישע טעמעס, באַצװעקט רײנצוּװאַשן דעם פּױפּסט פֿון אָט די באַשולדיקונגען. טאָמאַס איז אַ בריה אין דער ליטעראַרישער מלאכה. ער איז פֿעיִק צו פֿאַרדעקן דעם מאַנגל פֿון האַרטע פֿאַקטן דורך סענטימענטאַלער מליצה. דער פּױפּסט קומט אַרױס אין זײַן בוך װי אַ טיף־גײַסטלעכער און אײדעלער מענטש, װאָס טוט זײַנע מעשׂים־טובֿים שטילערהײט און זאָרגט זיך ניט װעגן פּירסום.
טאָמאַס שילדערט אַ פֿאַרביק בילד פֿונעם לעבן אין רױם בעת דער מלחמה. ער עפֿנט פֿאַרן לײענער די טירן פֿון די פּאַלאַצן פֿון װאַטיקאַן, פֿרעמדע אַמבאַסאַדעס און מלוכישע אַנשטאַלטן פֿון איטאַליע און דײַטשלאַנד. ער פֿירט דעם לײענער דורך שמאָלע געסלעך פֿונעם רױמישן געטאָ און באַקענט אים מיט זײַנע ייִדישע תּושבֿים. דאָס בוך האָט אַ גרױסע צאָל פּערסאָנאַזשן, יעדער אײנער מיט זײַן אײגענעם פּנים און כאַראַקטער. זײ אַלע זײַנען אַזױ אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיטן הױפּט־העלד, דעם מיסטעריעזן פּױפּסט.
דערבײַ אָבער לאָזט דער מחבר אַ סך פֿראַגעס ניט באַרירט. ער האָט גאָרניט צו זאָגן װעגן די באַציִונגען צװישן דעם פּױפּסט און דער קאַטױלישער פֿירערשאַפֿט פֿון די פֿאַשיסטישע רעזשימען אין מיטל־ און מיזרח־אײראָפּע. פֿאַרװאָס האָט דער פּױפּסט ניט רעאַגירט אױף די באַריכטן װעגן די דײַטשישע רציחות, װאָס ער האָט באַקומען, למשל, פֿונעם לעבמערגער אַרציביסקופּ שעפּטיצקי אָדער פֿון דער פּױלישער רעגירונג אין לאָנדאָן?
די װיכטיקסטע פֿראַגע בלײַבט ניט דערקלערט: פֿאַרװאָס האָט דער פּױפּסט קײן מאָל ניט גערעדט אָפֿן װעגן דעם חורבן און ניט דערמאָנט דאָס װאָרט „ייִד‟ אין זײַנע רעדעס, הגם ער האָט באַקומען אַ סך ידיעות װעגן דעם חורבן פֿון אַלע עקן אײראָפּע? און פֿאַרװאָס האָט ער קײן מאָל ניט אַרױסגעטראָטן אָפֿן קעגן דעם נאַציסטישן רעזשים? דער פֿאָרמעלער ענטפֿער, װאָס מען באַקומט פֿון די װאַטיקאַנער היסטאָריקער, איז ניט איבערקס איבערצײַגעװדיק. דער פּױפּסט האָט כּלומרש געמוזט אָפּהיטן די נײטראַלע פּאָזיציע, װײַל אַנדערש װאָלט ער געדאַרפֿט אַרױסטרעטן סײַ קעגן נאַציזם און סײַ קעגן קאָמוניזם, און דאָס װאָלט געקאָנט שטערן דעם אַליאַנס מיטן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. די קריטישע היסטאָריקער טענהן, אַז דער פּױפּסט האָט זיך גענומען פֿאַר העלפֿן ייִדן ערשט אַרום 1942, װען ער האָט דערזען, אַז דײַטשלאַנד קאָן פֿאַרלירן די מלחמה. און אַפֿילו דעמאָלט האָט ער זיך געזאָרגט קודם־כּל װעגן אָרטיקע, רױמישע ייִדן.
אָבער אַפֿילו אין רױם, װאָס איז געפֿאַלן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע אין 1943, װען די איטאַליענער האָבן אַרױסגעװאָרפֿן מוסאָליני, האָט דער פּױפּסט גאָרניט געקאָנט טאָן, כּדי אָפּצושטעלן די דעפּאָרטאַציע פֿון אַרום אײן טױזנט ייִדן קײן אױשװיץ. דװקא צו אָט דער קריטישער צײַט װערט דער פּױפּסט כּמעט װי נעלם פֿון די זײַטן פֿונעם בוך. דאָס האָט מסתּמא צו טאָן מיט דער נאַטור פֿון דעם מחברס מקורים. אַ סך אינפֿאָרמאַציע שעפּט ער פֿון די זכרונות פֿון דעם פּױפּסטס געטרײַער דינסט, אַ דײַטשישער מאָנאַשקע, פּאַסקאַליאַ. עס איז נאַטירלעך, װאָס זי איז געװען זײער איבערגעגעבן איר בעל־הבית און האָט אים אױסגעמאָלט אינעם בעסטן ליכט.
דער דראַמאַטישער שפּיץ פֿון דער האַנדלונג פֿאַלט אױף דער צװײטער העלפֿט פֿון 1943, װען רױם איז געװען אין די דײַטשישע הענט. היטלער האָט באַשלאָסן צו פֿאַרכאַפּן דעם פּױפּסט פֿון װאַטיקאַן און צו ברענגען אים קײן דײַטשלאַנד, אָבער דער דאָזיקער פּלאַן איז דורכגעפֿאַלן צוליב דײַטשישע דיפּלאָמאַטן און גענעראַלן, װעלכע האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אַ געפֿערלעכן משוגעת. װידער קומט דאָ דער פּױפּסט װי אַ פּאַסיװע פֿיגור, װאָס האָט מורא געהאַט צו ריזיקירן מיט זײַן נײטראַלער פּאָזיציע. און נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון רױם האָבן אײניקע הױך־געשטעלטע ביסקופּן אין װאַטיקאַן געהאָלפֿן נאַציסטישע פֿאַרברעכער צו אַנטלאָפֿן קײן דרום־אַמעריקע. טאָמאַס טענהט, אַז דער פּױפּסט האָט גאָר ניט געװוּסט װעגן דעם.
דאָס בוך, „דעם פּױפּסטס ייִדן‟, האָט באַקומען אַ סך פּאָזיטיװע אָפּרופֿן אין דער קאַטױלישער פּרעסע. דאָס איז פּונקט אַזאַ בוך, װאָס דער קאַטױלישער עולם באַדאַרף הײַנט־צו־טאָג, װען זײַן קירך װערט שטאַרק קריטיקירט פֿון פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן. אָנגעשריבן דורך אַ פּראָטעסטאַנטישן שרײַבער, מאָלט דאָס דאָזיקע בוך אַן אײדעלע געשטאַלט פֿונעם מוסטערהאַפֿטיקן הײליקן מענטש. דאָס בוך האָט זיך שטאַרק אױסגענומען אין די װאַטיקאַנער הױכע פֿענצטער, און מען גרײט זיך צו מאַכן אַ פֿילם לױט דער דאָזיקער מעשׂה. דערבײַ האָט די קאַטױלישע קירך שױן געמאַכט דעם ערשטן טריט אױפֿן לאַנגן װעג צו דערקלערן דעם פּױפּסט פֿאַר אַ „הײליקן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.