וואַרשע. — צוויי אַרכעאָלאָגן — אַ פּוילישער און אַ ישׂראלדיקער — האָבן געפֿונען שפּורן פֿון אַן אונטערערדישן טונעל אויפֿן אָרט פֿונעם געוועזענעם אומברענג־לאַגער, סאָביבאָר.
דער טונעל האָט זיך אָנגעהויבן בײַ די באַראַקן מחוץ דעם פּלויט פֿונעם לאַגער. ס׳איז מעגלעך, אַז די טונעלן האָבן אויסגעגראָבן די אַרעסטאַנטן פֿון דער „זאָנדערקאָמאַנדאָ‟ — די ייִדן וואָס מע האָט זיי געצוווּנגען צו פֿאַרברענען די קערפּערס פֿון די דערמאָרדעטע ייִדן.
די אַרכעאָלאָגישע אַרבעט אין סאָביבאָר ווערט דורכגעפֿירט אונטער דער אויפֿזיכט פֿון ווויטשיעך מאַזורעק פֿון כעלם, פּוילן, און יורם חיימי פֿון ישׂראל. הגם דער טונעל האָט טעאָרעטיש געקאָנט דינען ווי אַ מיטל צו אַנטלויפֿן פֿונעם לאַגער, האַלט מאַזוריק, אַז מע האָט אים מסתּמא קיין מאָל נישט געניצט.
„די דײַטשן האָבן געפֿונען דעם טונעל, און דערפֿאַר אויסגעשאָסן און פֿאַרברענט די גאַנצע ׳זאָנדערקאָמאַנדאָ׳,‟ האָט מאַזורעק איבערגעגעבן דער צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟.
אין סאָביבאָר האָבן די נאַציס, במשך פֿון אַכצן חדשים, דערהרגעט בערך 250,000 ייִדן, ס׳רובֿ פֿון פּוילן, האָלאַנד און סלאָוואַקײַ. נאָך אַן אויפֿשטאַנד דעם 14טן אָקטאָבער 1943 האָט מען דעם לאַגער פֿאַרשלאָסן. בערך אַ העלפֿט פֿון די פֿאַרבליבענע קאַצעטן זענען אַנטלאָפֿן בעת דעם אויפֿשטאַנד.
חיימי, וועלכער איז 51 יאָר אַלט, האָט זיך אונטערגענומען דעם פּראָיעקט מיט פֿינף יאָר צוריק, נאָכן דערוויסן זיך אַז צוויי פֿון זײַנע פֿעטערס זענען דערהרגעט געוואָרן אין סאָביבאָר. די אויסגראָבונגען זענען אים אָבער אויסגעקומען זייער שווער, ווײַל נאָכן אויפֿשטאַנד, האָבן די נאַציס אַרונטערגעריסן דעם לאַגער, און פֿאַרזעצט ביימער איבער דעם, כּדי צו באַהאַלטן אַלע שפּורן דערפֿון.
הײַנט באַדעקן די הויכע ביימער ס׳רובֿ פֿונעם אָרט. קיין מאַפּע ווי אַזוי דער לאַגער האָט אויסגעזען, האָט מען קיין מאָל נישט געפֿונען. אויפֿן סמך פֿון די זכרונות פֿון יענע לעבן־געבליבענע, און די געציילטע דײַטשישע דאָקומענטן, האָבן די פֿאָרשער עד־היום אַ קנאַפּן פֿאַרשטאַנד, ווי אַזוי מע האָט דעם לאַגער אָפּערירט.
„איך פֿיל זיך ווי אַן אויספֿאָרשער אין אַ געריכט־לאַבאָראַטאָריע,‟ האָט חיימי באַמערקט.
במשך פֿון די פֿינף יאָר פֿון אויסגראָבונגען, האָט חיימי באַוויזן צו שאַפֿן אַ מאַפּע פֿון סאָביבאָר. ער און מאַזורעק האָבן אויסגעגראָבן טויזנטער זאַכן, אַרײַנגערעכנט צירונג, שליסלען און מטבעות, וועלכע האָבן געהאָלפֿן אידענטיפֿיצירן אַ טייל פֿון די קרבנות.
„די רירנדיקסטע זאַך, וואָס מיר האָבן געפֿונען, איז אַ גראַווירטער מעטאַלענער עטיקעט מיטן נאָמען לאה יהודית דע לאַ פּענכאַ — אַ 6־יאָריק מיידעלע פֿון האָלאַנד, וואָס „יד־ושם‟ האָט באַשטעטיקט, אַז זי איז דאָרט טאַקע דערהרגעט געוואָרן. חיימי האָט זי באַצייכנט ווי דער „סימבאָל פֿון סאָביבאָר‟.
„דער עטיקעט איז דאָ געלעגן 70 יאָר, וואַרטנדיק, אַז עמעצער זאָל אים געפֿינען,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.