דער געוועזענער אַמעריקאַנער סענאַטאָר, דזשאָו ליבערמאַן, האָט אָנגעהויבן אַ נײַע קאַריערע, וואָס איז נישט אַזוי אַנדערש פֿון די פֿריִערדיקע — אָבער איצט קען ער בלײַבן אין ניו־יאָרק און פֿאַרברענגען מער צײַט מיט זײַן משפּחה.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט ליבערמאַן געמאָלדן, אַז ער האָט זיך אָנגעשלאָסן אין אַ ניו־יאָרקער אַדוואָקאַטן־פֿירמע, „קאַסאָוויץ, בענסאָן, טאָרעס און פֿרידמאַן‟. לויט דעם פּרעסע־קאָמוניקאַט, וועט סענאַטאָר ליבערמאַן „זיך קאָנצענטרירן אויף די אומאָפּהענגיקע און אינערלעכע אויספֿאָרשונגען, און דערבײַ דינען ווי אַן עצה־געבער אין שײַכות מיט פּאָליטישע און סטראַטעגישע ענינים. ער וועט אויך שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין געפֿינען נײַע קליענטן איבער דער וועלט‟.
איידער ליבערמאַן האָט באַשלאָסן אָנצונעמען די שטעלע בײַ „קאַסאָוויץ‟, האָט ער גערעדט מיט אַ ריי פֿירמעס, און אַנטדעקט, אַז „איין געביט וואָס האַלט אין איין וואַקסן איז אין שײַכות מיט די אינערלעכע, אומאָפּהענגיקע אויספֿאָרשונגען,‟ האָט ליבערמאַן געזאָגט. „דאָס זענען פֿאַלן ווען מע ברעגנט אַרײַן אַ דרויסנדיקן עקספּערט, וואָס האַלט אַן אויג אויף דעם צי די צדדים וועלן טאַקע אויספֿירן וואָס זיי האָבן צוגעזאָגט.‟
קאַסאָוויץ האָט געזאָגט, אַז ליבערמאַנס שם ווי אַן אומפּאַרטיייִשער סענאַטאָר האָט אים איבערצײַגט, אַז ליבערמאַן איז דער בעסטער קאַנדידאַט אויף אַזאַ שטעלע. ליבערמאַן האָט 18 יאָר לאַנג געדינט ווי אַ דעמאָקראַט אין סענאַט, און במשך פֿון די לעצטע זעקס יאָר — ווי אַן אָפּהענגיקער, כאָטש ער האָט אָפֿט געשטימט מיט די דעמאָקראַטן.
„ליבערמאַן איז דער סאָרט מענטש, וואָס מענטשן וועלן גערן זיך וועלן מיט אים באַראָטן,‟ האָט קאַסאָוויץ באַמערקט. „און אויב זיי וועלן זיך ראַנגלען מיט אַ געוויסער פּראָבלעם, וועט ער — אַ דאַנק זײַן אינטעליגענץ און דערפֿאַרונג — זיי זיכער קאָנען צו ניץ קומען.‟
ליבערמאַן זאָגט, אַז ער וועט אויך זוכן אופֿנים ווי אַזוי נאָך מער צו פֿאַרשטאַרקן די באַציִונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל.
„כ׳האָב ליב געהאַט מײַן אַרבעט אינעם סענאַט, אָבער כ׳בין פֿאָרט זייער גליקלעך דאָ אין מײַן ערשטן טאָג בײַ דער אַרבעט,‟ האָט ער געזאָגט פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק. „און דאָס בעסטע איז וואָס איך וועל קענען אָפֿטער זען מײַנע קינדער און אייניקלעך!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.