די פֿאַרגאַנגענע וואָך, בשעת תּל-אָבֿיבֿ האָט זיך געגרייט צו פּראַווען דעם יערלעכן „גיי‟-פּאַראַד, האָט אַ ידיעה פֿון דעם מיטל-מיזרח צעשאָקלט די וועלט פֿון פֿוטבאָל: עס איז נישט קלאָר, צי קאַטאַר, די מדינה, וווּ ס‘וועט פֿאָרקומען דער מאָנדיאַל פֿון 2022, וועט אַרײַנלאָזן די פֿוטבאָליסטן האָמאָסעקסואַלן און זייערע אָנהענגער צו דעם וויכטיקן פֿאַרמעסט. אין פֿאַל, אויב קאַטאַר וועט יאָ אַרײַנלאָזן די האָמאָסעקסואַליסטן, איז גאַנץ מעגלעך, זיי זאָלן גלײַך אַרעסטירט ווערן. דאָס איז נאָר דער לעצטער אומאָנגענעמער אינצידענט, איינעם צווישן אַ ריי אַנדערע קאָנטראָווערסיעלע ידיעות, וואָס זײַנען ביז אַהער באַקאַנט געוואָרן פֿאַר דער וועלט־געזעלשאַפֿט.
קאַטאַר איז די רײַכסטע מדינה אויף דער וועלט, אָבער זי זאָרגט זיך, ווי אַלע אַנדערע מדינות אין דעם גאָלף, וואָס זייערע עקאָנאָמיעס זײַנען כּמעט אין גאַנצן באַזירט אויף נאַפֿט, צו ווערן אויך אַ צענטער פֿאַר דעם אינטערנאַציאָנאַלן ספּאָרט. קאַטאַר האָט שוין אײַנגעפֿירט אין לאַנד כּלערליי ספּאָרט־טורנירן, אָבער דער ריכטיקער נצחון איז געווען צו געווינען דעם זכות צו „באַהויזן‟ מאָנדיאַל 2022, אַ פֿאַרמעסט וואָס פֿאַרנעמט דאָס צווייטע אָרט צווישן די אינטערנאַציאָנאַלע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן; וויכטיקער איז נאַר די אָלימפּיאַדע.
כּמעט פֿון אָנהייב אָן האָט מען זיך געשעפּטשעט, אַז קאַטאַר האָט גענוצט די טראַדיציאָנעלע מיטל-מיזרחדיקע שיטה, צו דעראָבערן דעם זכות דורכצופֿירן דעם מאָנדיאַל — געבן אין דער האַנט אַרײַן. די לעצטע באַווײַזן דערפֿון זענען פֿאַרעפֿטלעכט געוואָרן אין דעם פֿראַנצויזישן זשורנאַל „פֿראַנס פֿוטבאָל‟, וואָס האָט געשריבן וועגן אַ וועטשערע מיט דעם פֿאָרזיצער פֿון UEFA (די פֿאַראייניקונג פֿון אייראָפּעיִשע פֿוטבאָל-אַסאָציאַציעס), דעם פֿראַנצויזישן פּרעזידענט ניקאָלאַ סאַרקאָזי, אַ פֿאַרטרעטער פֿון דער פֿראַנצויזישער מאַנשאַפֿט „פּאַריז סאַנט-דזשערמעין‟ (לעצטנס, אײַנגעהאַנדלט געוואָרן פֿון אַ קאַטאַרער אינוועסטירונג־אויטאָריטעט), און דעם קרוין-פּרינץ פֿון קאַטאַר.
לויטן אַרטיקל, איז די וועטשערע פֿאָרגעקומען נײַן טעג פֿאַר דעם וואָס דער פֿאָרזיצער פֿון UEFA, מישייל פּלאַטיני, האָט געדאַרפֿט שטימען פֿאַר דער מדינה פֿון מאָנדיאַל. אויסער דעם, טענהט דער זשורנאַל, האָט פּלאַטיניס זון באַקומען אַרבעט בײַם קאַטאַרער אינוועסטירונג־אויטאָריטעט; און דער קאַטאַרער נײַעס-קאַנאַל „אַל-דזשאַזיראַ‟ האָט באַקומען די רעכט צו טראַנסמיטירן די פֿראַנצויזישע ליגע און די UEFA־טורנירן.
אָבער ס’רובֿ פֿון די פּראָבלעמען קומען אַרויס פֿון דעם פּשוטן פֿאַקט, אַז קאַטאַר איז די ערשטע ניט קיין מערבֿ-אָפּשטאַמיקע מדינה פֿונעם מאָנדיאַל, און זי האָט אַן אַנדערן צוגאַנג אין אַזעלכע געביטן, ווי אַרבעטער-רעכט, טאָלעראַנץ און ספּאָרט-קולטור.
דערפֿאַר איז טאַקע אַרויסגעשוווּמען די גרויסע פֿראַגע: וואָס וועט זײַן מיט די פֿוטבאָליסטן האָמאָסעקסואַלן און זייערע אָנהענגער? פֿון איין זײַט, איז אויפֿן לעצטן קאָנגרעס פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעדעראַציע פֿון פֿוטבאָל־אַסאָציאַציע (פֿיפֿ”אַ) — די אינסטאַנץ וואָס אָרגאַניזירט דעם מאָנדיאַל — ראַסיזם און דיסקרימינאַציע באַטראַכט געוואָרן ווי אַ וויכטיקע טעמע. ווען מ‘האָט געפֿרעגט דעם פּרעזידענט פֿון פֿיפֿ”אַ, דזשאָסעף בלאַטער, וואָס וועט געשען אין קאַטאַר, האָט ער געזאָגט, אַז דער ענין פֿון ראַסיזם אָדער דיסקרימינאַציע האָט נישט קיין שײַכות צו דער טעמע האָמאָסעקסואַליזם, ווײַל דאָס איז מער אַן ענין פֿון „עטיק און מאָראַל‟.
בלאַטער איז שוין באַקאַנט צוליב זײַן „עצה‟ אין 2010, ווען ער האָט פֿאָרגעלייגט די האָמאָסעקסואַליסטן זיי זאָלן „זיך צוריקהאַלטן פֿון זייערע סעקסועלע באַציִונגען‟ בשעת דעם מאָנדיאַל. אויך הײַנט איז ער נישט גרייט צו פֿאַרזיכערן די פֿרײַהייט פֿון האָמאָסעקסואַליסטן, אָדער אַפֿילו צו פֿאַרזיכערן, אַז קאַטאַר זאָל זיי אַרײַנלאָזן אין לאַנד.
דער ענין אַלקאָהאָל איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך; עס איז נאָך אויך נישט קלאָר, וואָס ס‘וועט זײַן מיטן אַלקאָהאָל בײַם מאָנדיאַל. יעדנפֿאַלס, דאַכט זיך, אַז אין דעם געביט איז קאַטאַר גרייט אַרויסצוּווײַזן מער בייגעוודיקייט. לויטן געזעץ פֿון קאַטאַר, מעגן די געסט אײַנקויפֿן אַלקאָהאָל, אויב זיי געפֿינען זיך אין די ספּעציפֿישע טיילן פֿון דער הויפּט-שטאָט דאָכאַ.
די קאַטאַרער אויטאָריטעטן האָבן שוין צוגעזאָגט, אַז זיי וועלן באַצייכענען די ערטער, וווּ די געסט פֿונעם מאָנדיאַל וועלן קענען קויפֿן ביר. דאָס איז ספּעציעל וויכטיק, ווײַל עטלעכע געטראַנק-געשעפֿטן געפֿינען זיך צווישן די ספּאָנסאָרן פֿונעם מאָנדיאַל, אַרײַנגערעכנט „באַדווײַזער‟. נישט געקוקט אויף דעם, דאַרף מען מודה זײַן, אַז לעצטנס איז קאַטאַר געוואָרן מער שטרענג מיטן פֿאַרקויפֿן אַלקאָהאָל צו פֿרעמדע, צוליב דעם דרוק פֿון דער באַפֿעלקערונג, און אַ סך קען זיך בײַטן ביז 2022.
און נאָך איין פֿראַגע אַרום דעם מאָנדיאַל אין קאַטאַר: וויפֿל אַזיאַטישע אַרבעטער וועלן אומקומען בײַם בויען די גאַנצע אינפֿראַסטרוקטור פֿון דעם וועלט־פֿאַרמעסט? קאַטאַר איז גרייט צו באַצאָלט ביליאָנען דאָלאַרן אויפֿצובויען נײַע סטאַדיאָנען, שאָסייען און אַפֿילו אַ גאַנצע מעטראָ-סיסטעם. אָבער די קאַטאַרער אַליין בויען דאָך נישט; דאָס טוען נאָר די אַרײַנגעבראַכטע אַרבעטער פֿון אינדיע, פּאַקיסטאַן, באַנגלאַדעש, שרי־לאַנקאַ, נעפּאַל אא”וו. די סיסטעם פֿון אַרבעטער-רעכט אין קאַטאַר איז זייער אַ שוואַכע, לויט די סטאַנדאַרטן פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע אַרבעטער־אָרגאַניזאַציעס; און די אַרבעטער איז פֿאַרווערט צו אָרגאַניזירן זיך אָדער שאַפֿן יוניאָנס. עס איז שווער צו געפֿינען אַ סטאַטיסטיק, אָבער די אַמבאַסאַדע פֿון נעפּאַל טענהט, אַז אין 2010 זײַנען אומגעקומען 162 אַרבעטער נאָר פֿון נעפּאַל.
און דאָך, איז אין איין ענין קאַטאַר אפֿשר יאָ גרייט צו זײַן מער „ליבעראַל‟ — אויב ישׂראל וועט זוכה זײַן צו באַטייליקן זיך אין דעם מאָנדיאַל 2022, וועט קאַטאַר אַרײַנלאָזן איר מאַנשאַפֿט. צי וועט קאַטאַר מסכּים זײַן אַרײַנצולאָזן ישׂראלס אָנהענגער, בלײַבט נאָך אַ גרויסע פֿראַגע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.