„שמאַלץ־ברײַערײַ‟

Shmaltz Brewing

פֿאַרשיידענע מינים ביר פֿון ירמיהו קאָוואַנס פֿירמע
פֿאַרשיידענע מינים ביר פֿון ירמיהו קאָוואַנס פֿירמע

פֿון ליסאַ אַלקאַליי קלוג (ייִט״אַ)

Published June 11, 2013, issue of July 05, 2013.

ירמיהו קאָוואַן, דער גרינדער און בעל-הבית פֿון דער ביר-פֿירמע „שמאַלץ-ברײַערײַ‟, באַנוצט זיך מיטן סימבאָל פֿונעם געראַנגל צווישן דוד און גלית אין זײַן נײַער ביר-מאַרקע „David‘s Slingshot Hoppy Summer Lager‟ (דער זומערדיקער האָפּן-ביר „דודס שטיין-שאָס‟). דערווײַל בלײַבט קאָוואַנס געשעפֿט רעלאַטיוו אומבאַקאַנט אין דער וועלט פֿון אָרטיקע ביר-פֿירמעס. ביז לעצטנס, האָט ער במשך פֿון עטלעכע יאָר באַצאָלט אַנדערע ברײַערײַען, כּדי צו פּראָדוצירן זײַן ביר „He‘Brew‟. איצט גרייט ער זיך צו עפֿענען אַן אייגענע ברײַערײַ אינעם שטעטל קליפֿטאָן-פּאַרק, נישט ווײַט פֿון אָלבאַני, אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט ניו-יאָרק. קאָוואַנס נײַע אונטערנעמונג, וואָס עפֿנט זיך דעם 7טן יולי, באַשטייט פֿון דער ברײַערײַ-אויסשטאַטונג, אַן איטאַליענישער מאַשין-ליניע, וואָס גיט אַרויס 120 פֿלעשער יעדע מינוט, און אַ גרויסן פֿאַרזוך-זאַל, 1,700 קוואַדראַט-מעטער דער שטח. איצט, האָט דער בעל-הבית געמאָלדן, וועט זײַן פֿירמע קאָנען קאָנטראָלירן איר אייגענעם גורל. אינעם יאָר 2012, האָט קאָוואַן פֿאַרקויפֿט 3 מיליאָן פֿלעשער ביר, אויף אַ סומע פֿון 3.9 מיליאָן דאָלאַר. דאָס איז אויף 42 פּראָצענט מער, ווי מיט אַ יאָר פֿריִער. זײַן ביר ווערט איצט פֿאַרשפּרייט דורך 4,000 ספּעציעלע קראָמען אין מער ווי 30 אַמעריקאַנער שטאַטן. דער בעל-הבית פֿון דער פֿירמע ווייסט, אַז ייִדן, בדרך-כּלל, טרינקען ווייניקער, ווי אַנדערע באַר-באַזוכער. ס׳רובֿ קונים פֿון זײַן ביר זענען נישט ייִדן. קאָוואַן האָט דערקלערט, אַז כּדי ליב צו האָבן דאָס אירלענדישע ביר „גינעס‟, מוז מען נישט זײַן אַן אירלענדער, און נישט בלוי בעלגיער שאַצן אָפּ „שימיי‟. פּונקט אַזוי, האָט באַטאָנט קאָוואַן, מוזן די ליבהאָבער פֿון זײַן ייִדיש ביר נישט זײַן דווקא ייִדן. „אַדרבה, אויב עס האָט אַ גוטן טעם און טראָגט אַ טשיקאַווע נאָמען, פֿאַרוואָס זאָל עמעצער דאָס נישט טרינקען?‟ הגם ייִדן האָבן אַ רעפּוטאַציע פֿון לײַכטע אַלקאָהאָל-טרינקער, זענען אַ צאָל באַקאַנטע אַמעריקאַנער ביר-פֿירמעס געווען געשאַפֿן דורך ייִדן — למשל, „רײַנגאָלד-ביר‟, געגרינדעט אינעם יאָר 1850 דורך שמואל ליבמאַן, איז אַמאָל געווען זייער פּאָפּולער.