אין איר ערשטן וויזיט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט די הײַיאָריקע ישׂראלדיקע שיינקייט־מלכּה, „טיטי‟ איינאַוו, אויסגעזען זייער באַקוועם צווישן די פֿאַרזאַמלטע געסט אויפֿן באַלקאָן פֿון דער לוקסוס־דירה, האָט דאָנערשטיק געשריבן דער קאָלומניסט כעמי שלבֿ אין „האָרץ‟.
„צענדליקער שיינע, מאָדישע ייִדן צווישן די 20ער און 40ער האָבן געשוועבט אַרום איר, געפּרוּווט כאַפּן איר אויפֿמערק, שעפּטשען אין איר אויער, און אַראָפּנעמען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע מיט איר,‟ האָט שלבֿ געשריבן. „איינאַוו דריקט גערן אַלע אויסגעשטרעקטע הענט, לאַכט פֿון די חכמות, און פֿירט זיך מיט עלעגאַנץ און אַליין־בטחון, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דאָס איז איר ערשטער באַזוך דאָ אין לאַנד.‟
איינאַוו איז געווען אַ גאַסט בײַם קבלת־פּנים פֿונעם יוגנט־אָפּטייל פֿונעם „ניו־יאָרקער ראַט פֿון דער ייִדישער קהילה‟ (JCRC) — די זעלבע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט דורכגעפֿירט דעם ישׂראל־פּאַראַד פֿאַראַכטאָגן. זי איז אויך געקומען שאַפֿן געלט לטובֿת דער „נתּניה־פֿונדאַציע‟, וואָס גיט זיך אָפּ מיט דער פֿאַרבעסערונג פֿון די באַדינגונגען פֿון איר היימשטאָט.
שלמה וואַראָנער, דער שעף פֿון דער פֿונדאַציע, זאָגט, אַז איינאַוו וויל פֿינאַנצירן די פֿאַרווײַלערישע אַקטיוויטעטן פֿאַר די „פֿרוסטרירטע עטיאָפּישע קינדער‟, ווי זי זאָגט.
דער גאַסטגעבער פֿון דער שׂמחה איז געווען אַרי אַקערמאַן, אַן אינטערנעץ־אונטערנעמער, און דער אייניקל פֿון דעם באַקאַנטן ישׂראלדיקן פֿינאַנציסט, משולם ריקליס.
איינאַוו רעדט גוט ענגליש אָבער האָט גיכער ליב צו דערציילן איר געשיכטע אויף העברעיִש: וועגן אירע אָרעמע, אָבער פֿאָרט גליקלעכע קינדער־יאָרן אין גאָנדאַר־פּר†ווינץ, עטיאָפּיע; וועגן איר טאַטנס טויטw ווען זי איז געווען בלויז צוויי יאָר אַלט, און איר מאַמעס טויט מיט אַכט יאָר שפּעטער; וועגן איר עליה קיין ישׂראל צו 12 יאָר אין איינעם מיט אירע באָבע־זיידע; איר גראַדויִרן פֿון דער מיטלשול מיט הויכע צייכנס; איר דינען ווי אַ לייטענאַנט אין דער צה״ל־פּאָליציי, און צום סוף — דאָס באַקרוינט ווערן „יפֿת־תּואר פֿון ישׂראל‟.
„כ׳האָב געקאָנט טראַכטן בלויז וועגן די טרויעריקע טיילן פֿון מײַן לעבן, אָבער איך בין אַן אָפּטימיסט,‟ האָט זי דערקלערט פֿאַרן עולם. „כ׳בין מער ווי בלויז אַ שיינע פֿרוי.‟
איינאַוו האָט נישט דערמאָנט די דיסקרימינאַציע און ראַסיזם וואָס די עטיאָפּיער לעבן איבער אין ישׂראל, אָבער „דאָס איז בלויז ווײַל קיינער האָט מיך נישט געפֿרעגט‟, האָט זי געזאָגט.
בײַ אַ פֿריִערדיקער זיצונג מיט ישׂראלים, וועלכע וווינען אין ניו־יאָרק, האָט זי יאָ גערעדט וועגן די שוועריקייטן פֿון די עטיאָפּישע עולים, און האָט דערבײַ „גערירט דעם עולם ביז טרערן‟, האָט באַמערקט אורן הײַמאַן, אַן אַדוואָקאַט און דער פֿאָרזיצער פֿון „מועצה מקומית‟ — אַ פֿאַרבאַנד פֿון ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס אין אויסלאַנד.
„פֿון דעסטוועגן, איז ישׂראל דאָס איינציקע לאַנד וואָס נעמט אַרײַן אַזאַ פֿאַרשידנאַרטיקע באַפֿעלקערונג,‟ האָט זי געזאָגט. „אין לעצטן סך־הכּל, וועלן מיר אַלע געפֿינען אונדזער אָרט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.