אינעם יאָר 1897, האָט דער ענגלישער שרײַבער הערבערט וועלס, אַ באַרימטער קלאַסיקער פֿון פֿריִיִקער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק, אַרויסגעגעבן זײַן בוך „דער אומזעעוודיקער מאַן‟. גריפֿין, דער העלד פֿונעם ראָמאַן, האָט געשאַפֿן אַ מאַשין, וועלכע קאָן מאַכן אַ מענטש, אַ קאַץ אָדער אַן אַנדער לעבעדיקע באַשעפֿעניש אומזעעוודיק — „רואה-ואינו-נראה‟, ווי מע רופֿט אַזאַ פֿענאָמען אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.
וועלס האָט גוט באַשריבן די מעלות און חסרונות פֿון אַזאַ אומגעוויינטלעכן מצבֿ. גריפֿין האָט באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז אַן אומזעעוודיקער מענטש קאָן נישט לעבן נאָרמאַל אין דער געזעלשאַפֿט. ער האָט אָנגעהויבן גנבֿענען ברויט, כּדי אויסצולעבן; דערנאָך איז ער געוואָרן אין כּעס אויף דער גאָרער וועלט און האָט געמיינט, אַז אַ דאַנק זײַן אומזעעוודיקייט, וועט ער קאָנען איבערנעמען די גאַנצע וועלט דורך טעראָריסטישע מיטלען; צום סוף, איז ער דערהרגעט געוואָרן פֿאַר זײַנע אַגרעסיווע מעשׂים.
במשך פֿון הונדערטער יאָרן האָבן מענטשן געחלומט צו געפֿינען אַ מיטל צו ווערן אומזעעוודיק. עס זענען פֿאַראַן אַ סך פֿאַרכאַפּנדיקע מעשׂיות וועגן גרויסע בעלי-מופֿתים, וועלכע האָבן עס געטאָן דורך זייער גרויס צידקות אָדער מיט דער הילף פֿון ספּעציעלע קמיעות און שמות. אין די ייִדישע און נישט-ייִדישע פֿאָלק-מעשׂיות פֿיגורירט אָפֿט אַ ספּעציעל כּישוף-היטל, וואָס מאַכט דעם מענטש אומזעעוודיק, ווען מע טוט עס אָן.
אינעם „משׂכּילישן‟ 19טן יאָרהונדערט האָבן אַ צאָל שרײַבער אָנגעהויבן טראַכטן, אַז די וויסנשאַפֿט וועט דערמעגלעכן דורכצופֿירן אַזאַ קונץ. שפּעטער, האָבן די וויסנשאַפֿטלעכע חשבונות זיך משער געווען, אַז אומזעעוודיקייט איז פּונקט אַזאַ אוממעגלעכער חלום, ווי אַ מאָטאָר, וואָס פֿאָדערט נישט קיין ענערגיע, אָדער אַ צײַט-מאַשין — אַן אַנדער פֿאַנטאַסטישער מכשיר פֿון וועלסעס באַקאַנטן קלאַסישן ראָמאַן.
די טעמע פֿון אומזעעוודיקייט איז אָבער געבליבן פּאָפּולער אין דער ליטעראַטור און קינאָ. אין דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע-סעריע „סטאַר-טרעק‟, צום בײַשפּיל, ווערט די אומזעעוודיקייט דערגרייכט נישט דורך אָפּטישע מיטלען, אָבער מיט מאַניפּולאַציעס מיט דעם רוים גופֿא. אַ קאָסמאָס-שיף קאָן „אַרויסשפּרינגען‟ אין דער דאָזיקער סעריע מחוץ די גרענעצן פֿונעם נאָרמאַלן אוניווערס און זען פֿון דאָרטן, וואָס עס טוט זיך אַרום.
לעצטנס, האָבן אַ ריי פֿאָרשונגען געוויזן, אַז אומזעעוודיקייט איז נישט אַזאַ ווילדער חלום, ווי מע האָט פֿריִער געמיינט. דעם 11טן יוני האָט דער פּאָפּולערער וויסנשאַפֿטלעכער זשורנאַל „נאַטור‟ דערציילט וועגן אַ מכשיר, וואָס דערמעגלעכט אויסצובאַהאַלטן אַ פֿיש אָדער אַ קאַץ, געשאַפֿן דורך אַ גרופּע פֿאָרשער פֿונעם זשעדזשיאָנגער אוניווערסיטעט אין כינע. אָט-דאָ ווערט געוויזן, ווי דער מכשיר פֿונקציאָנירט:
//www.nature.com/news/invisibility-cloak-hides-cats-and-fish-1.13184 די פֿאָרשער, בראָש מיטן פּראָפֿעסאָר האָנגשענג טשען, האָבן אויסגענוצט אַ גענוג-פּשוטע סיסטעם פֿון פּריזמעס, וועלכע „בייגן‟ אַרום דאָס ליכט אַרום דעם מכשיר, וווּ מע קאָן אויסבאַהאַלטן אַ גענוג-גרויסן אָביעקט. אין פֿאַרגלײַכן מיטן דערמאָנטן ראָמאַן, האָט אַזאַ סיסטעם אַ צאָל באַגרענעצונגען. דעם מכשיר גופֿא קאָן מען זען, און ער מאַכט די אָביעקטן אומזעעוודיק בלויז ווען מע קוקט פֿון געוויסע ריכטונגען. פֿונדעסטוועגן, גלייבן די כינעזישע וויסנשאַפֿטלער, קאָן אַזאַ קאָנסטרוקציע באַקומען אַ פּראַקטישן באַנוץ — למשל, צו שאַפֿן אַ גלעזערנע בודקע מיט אַ וועכטער אינעווייניק, וואָס זעט אויס פֿון דרויסן ליידיק.
דער דערמאָנטער מכשיר דעמאָנסטרירט, אַז אַפֿילו געוויינטלעכע אָפּטישע מכשירים קאָנען שאַפֿן, אויף אַ באַגרענעצטן אופֿן, דעם עפֿעקט פֿון אומזעעוודיקייט. אַ ריי אַנדערע וויסנשאַפֿטלער אַרום דער וועלט פֿאַרנעמען זיך מיט מער קאָמפּליצירטע פֿאָרשונגען, וועלכע האָבן צו טאָן מיט ספּעציעלע מאַטעריאַלן, וואָס זייער קינסטלעך־געשאַפֿענע מיקראָסקאָפּישע סטרוקטור דערמעגלעכט „איבערצוקליגן‟ די געוויינטלעכע געזעצן פֿון אָפּטיק.
טעאָרעטישע פֿאָרשונגען ווײַזן אָן, אַז מע קאָן טאַקע, אין פּרינציפּ, שאַפֿן אַ מכשיר, וואָס פֿירט אויס מער-ווייניקער די זעלבע פֿונקציע ווי דאָס פֿאָלקלאָרישע „כּישוף-היטל‟ אָדער דער „אומזעעוודיקייט-מאַנטל‟ פֿון די ביכער וועגן האַרי פּאָטער. מיט אַ וואָך צוריק, האָבן די פֿאָרשער פֿונעם פּערדו-אוניווערסיטעט, שטאַט אינדיאַנע, איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן געשאַפֿן אַ מכשיר, וואָס קאָן באַהאַלטן געוויסע זאַכן נישט אינעם רוים, נאָר אין דער צײַט. דערווײַל האָבן זיי געוויזן, ווי אַזוי מע קאָן איבערשיקן אַן עלעקטרישן סיגנאַל אויף אַזאַ אופֿן, אַז ער זאָל בלײַבן אומזעעוודיק פֿון דער זײַט במשך פֿון אַ געוויסער צײַט.
אין פֿאַרגלײַך מיטן „כּישוף-היטל‟, ווערט אין אַזאַ סיסטעם אויסבאַהאַלטן נישט דעם אָביעקט, וואָס געפֿינט זיך אין אַ געוויס אָרט, נאָר אין אַ געוויסער צײַט. דזשאָזעף ליוקענס, אַן אינזשענירײַ-אַספּיראַנט, וועלכער האָט פּובליקירט דעם רעזולטאַט פֿון דער פֿאָרשונגען צוזאַמען מיטן פּראָפֿעסאָר ענדרו ווײַנער, גלייבט אָבער, אַז אין דער צוקונפֿט וועט מען קאָנען, מעגלעך, שאַפֿן אַ מכשיר, וואָס „בייגט‟ דאָס ליכט סײַ אַרום אַן אָרט, סײַ אַרום אַ געוויסן צײַט-אינטערוואַל. צום בײַשפּיל, וועט מען אַמאָל, ווי ער האָפֿט, שאַפֿן אַ גאַנצן באַהאַלטענעם צימער.
דעם 10טן יוני, האָבן צוויי פֿאָרשער פֿונעם נאַציאָנאַלן צינג-הואַ-אוניווערסיטעט אין טײַוואַן, דזשענג אי לי און ריי-קוואַנג לי, פּובליקירט אַ טעאָרעטישע פֿאָרשונג וועגן אַ נײַעם מין „כּישוף-היטל‟, וואָס נוצט אויס די עפֿעקטן פֿון דער קוואַנט-פֿיזיק און קאָן, אין פּרינציפּ, אויסבאַהאַלטן אַן אָביעקט פֿון אַ געוויסן אַספּעקט פֿונעם גאַנצן אַרומיקן אוניווערס. אינעווייניק אין אַזאַ סיסטעם וואָלט זיך געמאַכט אַן אײַנדרוק, אַז אין דרויסן איז בכלל נישטאָ קיין וועלט — לכל-הפּחות, וואָס שייך אַ געוויסן קוואַנט־עפֿעקט. דערווײַל איז אָבער נישט קלאָר, צי מע קאָן שאַפֿן אַ פּראַקטישן מכשיר מיט אַזעלכע כאַראַקטעריסטיקן, וואָס ווערן געשילדערט אין די פֿאָרשונגען. אויב יאָ, וועט אַזאַ מכשיר דערמאָנען שוין די פֿאַנטאַסטישע טעכנאָלאָגיעס פֿונעם „סטאַר-טרעק‟.
די פֿאָרשונג אינעם דאָזיקן געביט איז זיך נישט באַגאַנגען אָן קוריאָזן. אינעם יאָר 2006 האָט זיך פֿאַרשפּרייט דער פֿאַלשער קלאַנג, אַז די קאַנאַדישע פֿירמע „HyperStealth‟ האָט, כּלומרשט, געשאַפֿן אַ פּראַקטישן „אומזעעוודיקייט-מאַנטל‟ — ממש ווי אין די פֿילמען וועגן האַרי פּאָטער. די דאָזיקע ידיעה האָט אַרויסגערופֿן אַ סענסאַציע און אַ כוואַליע פֿון קאָנסיפּיראַציע-טעאָריעס. אַ טייל מענטשן גלייבן, אַז די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אין אַפֿגאַניסטאַן פֿירן שוין דורך מיליטערישע אָפּעראַציעס, זײַענדיק אינגאַנצן אויסבאַהאַלטן, און אַז באַלד וועט די וועלט פֿאַרפֿלייצט ווערן מיט אומזעעוודיקע געהיימע אַגענטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.