נאָך דעם ווי זי איז געקומען אויף די צוויי מאָנטרעאַלער אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע טעאַטער־פֿעסטיוואַלן אין 2009 און 2011, איז די פֿילמאָגראַפֿין אַבֿיגיל (הינדע־בלומע) הירשאינספּירירט געוואָרן צו שאַפֿן אַ פֿילם וועגן ייִדיש, דעם ייִדישן טעאַטער און די באַמיִונגען אָנצוהאַלטן און אַנטוויקלען די ייִדישע קולטור. כאָטש מאָנטרעאַל איז באַקאַנט ווי אַ ייִדיש־רעדנדיקע שטאָט, שטאַמט נישט הירש פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקער היים. זי איז געבוירן געוואָרן נאָך דער מלחמה אין אונגערן, און איר משפּחה איז אַנטלאָפֿן מיט דער הילף פֿון דער „בריחה‟. צוויי יאָר האָט מען פֿאַרבראַכט אין ווין איידער מען איז אָנגעקומען קיין מאָנטרעאַל, וווּ זי האָט זיך געלערנט אין „בני־עקיבֿא‟. ווען זי האָט אָנגעהויבן צו גיין אויף די ייִדיש־פֿעסטיוואַלן אין קאַנאַדע איז זי ערשט דעמאָלט פֿאַראינטערעסירט געוואָרן אין ייִדיש.
בײַ דעם צווייטן טעאַטער־פֿעסטיוואַל, איז מיט איר געקומען איר פּאַקיסטאַנער חבֿרטע, אויך אַ פֿילמאָגראַפֿין. כאָטש זי האָט נישט קיין וואָרט פֿאַרשטאַנען, האָט זי פֿון דעסטוועגן הנאה געהאַט פֿון די פֿילמען, די פּיעסעס, פֿון אַ דיסקוסיע וועגן שייקספּיר אויף ייִדיש, האָט הירש צו זיך געטראַכט, אַז אפֿשר קען אַ פֿילם וועגן ייִדישן טעאַטער צוציִען אַ ברייטערן עולם, נישט נאָר דעם ייִדיש־רעדנדיקן.
אַוודאי האָט זי פֿריִער געהאַט געהערט פֿון ברײַנע וואַסערמאַן, די דעמאָלטיקע קינסטלערישע דירעקטאָרין פֿונעם מאָנטרעאַלער „סיידי בראָנפֿמאַן טעאַטער‟, וואָס איר מאַמע דאָראַ וואַסערמאַן האָט געשאַפֿן. האָט הירש באַשלאָסן אײַנצוטיילן דעם פֿילם אין דרײַען — אינטערוויוען מיט דרײַ דורות ייִדישע טעאַטער־פֿיגורן. פֿונעם דור פֿון דער שארית־הפּליטה האָט זי אויסגעפֿרעגט שמואל עצמון; פֿונעם „צווייטן דור‟ — ברײַנע וואַסערמאַן; און פֿונעם ייִנגסטן דור, די פּאַריזערין מילענאַ קאַרטאָווסקי.
מילענאַ קאַרטאָווסקי האָט בײַם טעאַטער־פֿעסטיוואַל אויפֿגעפֿירט איר סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג „טשאָלנטגאַנג‟, מיט לידער וועגן די מאכלים פֿון שבת. די פֿאָרשטעלונג איז אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש, אָבער אינעם אינטערוויו מיט איר, זאָגט קאַרטאָווסקי, אַז זי האָט אויסגעקליבן די טעמע, ווײַל „אַלע פֿילן אַ שײַכות מיט דער טעמע דורך זייערע אייגענע מאָגנס‟. קאַרטאָווסקי שטאַמט פֿון אַשכּנזישע ייִדן אויף דער מאַמעס צד, און אַלזשירער ייִדן אויפֿן טאַטנס צד. מע זעט אַ ביסל פֿון קאַרטאָווסקיס שאַפֿערישער אַרבעט אין ניו־יאָרק, וווּ זי האָט אַנטוויקלט אַן עקספּערימענטאַלע פּיעסע אויף ייִדיש, ווי אויך געזונגען אויף קאָנצערטן. דער צוקוקער ווערט מיטגעריסן מיט איר ענערגיע צו שאַפֿן ווײַטער עפּעס פֿרישס אויף ייִדיש.
„ייִדישפּיל‟ אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון שמואל עצמון האָט בײַם פֿעסטיוואַל אויפֿגעפֿירט „די מגילה‟ און מע זעט קורצע אויסצוגן, אָבער הירש פֿליט קיין ישׂראל, כּדי אים צו אינטערוויויִרן. „ייִדישפּיל‟ האָט צו דער צײַט אין ישׂראל אויפֿגעפֿירט גאָרדינס „גאָט, מענטש און טײַוול‟ און אַ סצענע פֿון דעם זעט מען אויך.
הירש האָט גוט אויסגעקליבן די דרײַ טעאַטער־מענטשן; זייערע ביאָגראַפֿיעס זענען גאַנץ אַנדערש איינע פֿון דער אַנדערער. ווי אַזוי עצמון, אַ געבוירענער ייִדיש־רעדער איז „צוריקגעקומען‟ צו ייִדיש, נאָך דעם ווי ער האָט יאָרן לאַנג געשפּילט אויף דער העברעיִשער בינע, איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע גשיכטע. דערצו האָט הירש געהאַט צוטריט צו אַרכיוואַלע פֿילמען, און מע זעט אַ ביסל פֿון „די קליינע מענטשעלעך‟, דעם פֿאָרגייער פֿון „ייִדישפּיל‟.
פֿאַר די מענטשן שוין אַרײַנגעטאָן אין דער ייִדישער קולטור, זענען די ביאָגראַפֿיעס פֿון עצמון און וואַסערמאַן אפֿשר נישט קיין נײַעס, אָבער ווי דאָראַ וואַסערמאַן איז געקומען פֿון רוסלאַנד, נאָך דעם ווי זי האָט שטודירט מיט מיכאָעלס, און פֿון גאָרנישט אויפֿגעבויט אַ טעאַטער און באַקומען דעם „אָרדען פֿון קאַנאַדע‟ איז כּדאַי צו הערן מער ווי איין מאָל. ווי איר טאָכטער ברײַנע האָט ממשיך געווען איר מאַמעס ירושה איז אויך אַן אינספּיראַציע.
Yiddish: A Tale of Survival איז אַ באַשיידענער פֿילם, אָן קיין שום אַנטפּלעקטע סודות, אָדער סקאַנדאַלן, אָבער ער איז אַן אָפּטימיסטישער פֿילם לגבי ייִדיש, אָן קיין שום „שמאַלץ‟.
Yiddish: A Tale of Survival וועט מען ווײַזן אויף אַן „אינטערנאַציאָנאַלן אומאָפּהענגיקן פֿילם פֿעסטיוואַל‟ (NYIFF) אין ניו־יאָרק דינסטיק, דעם 18טן יוני, בײַם New York Institute of Technology
1871 בראָדוויי, 8:00 אַ זייגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.