אורי געלער — שפּיאָן

Uri Geller Was a Spy

פֿון ייִט”אַ

Published June 17, 2013, issue of July 05, 2013.

אורי געלער
אורי געלער

דער נײַער דאָקומענטאַר־פֿילם „דאָס סודותדיקע לעבן פֿון אורי געלער — עקסטראַסענס־שפּיאָן‟ פֿון וויקראַם דזשאַיאַנטי, טענהט, אַז געלער האָט שפּיאָנירט פֿאַר דער „סי־אײַ־איי‟ (CIA).

געלער איז געוואָרן אַ באַרימטער עקסטראַסענס אין די 1970ער יאָרן, ווען ער איז אָפֿט אויפֿגעטראָטן מיט זײַנע קונצן אין כּל־מיני טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. איין מאָל איז ער געקומען צו גאַסט אויף דער „הײַנטיקער נאַכט-פּראָגראַם‟ (Tonight Show) און דווקא ניט באַוויזן צו בייגן די לעפֿעלעך מיט זײַן מוח; דזשאַני קאַרסאָן, דער קאָנפֿעראַנסיע פֿון דער פּראָגראַם, האָט געהאַט אַליין צוגעשטעלט די דאָזיקע לעפֿעלעך און ניט געלאָזט, אַז געלער זאָל זיי פֿריִער מאַניפּולירן. אָבער צוויי פֿאָרשער אין סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט, וואָס האָבן אָבסערווירט געלערן מיט וויסנשאַפֿטלעכע מעטאָדן, האָבן יאָ באַשטעטיקט דעם „געלער־עפֿעקט‟.

לויט דעם נײַעם פֿילם, האָט געלער געניצט זײַנע כּוחות קעגן דעם אַמאָליקן ראַטן־פֿאַרבאַנד: אויסגעמעקט קאָמפּיוטער־דיסקן, און געביטן די מיינונג פֿון אַ סאָוועטישן פֿירער, ער זאָל אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך צו רעדוצירן דאָס נוקלעאַרע געווער.

געלער זאָגט, אַז די „סי־אײַ־איי‟ האָט אים געבעטן אָפּצושטעלן דאָס האַרץ פֿון אַ חזיר, אָבער ער האָט זיך אָפּגעזאָגט דערפֿון, ווײַל ער האָט מורא געהאַט, מע זאָל אים נישט בעטן טאָן דאָס זעלבע מיט אַ מענטש.

דזשאַיאַנטי זאָגט: „ווען דזשימי קאַרטער איז געוואָרן דער פּרעזידענט, האָט ער גערעדט 4 שעה מיט אורי געלערן וועגן דער סאָוועטישער עקסטראַסענסאָרישער סכּנה. אַמעריקע האָט ניט געוואָלט זײַן הינטערשטעליק אויף דעם געביט. אַ מאָל פֿרעגט מען זיך, צי אוריס גאַנצע קאַריערע האָט ניט אין דער אמתן געדינט פּשוט צו פֿאַרשטעלן זײַנע סודותדיקע אַקטיוויטעטן‟.

ישׂראל־פּרעמיער נתניהו רעדט אינעם פֿילם וועגן זײַן לאַנגער חבֿרשאַפֿט מיט געלערן, וואָס האָט געדינט אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה און אויך געהרגעט אַן אַראַבער סאָלדאַט (כּדי זיך צו ראַטעווען דאָס לעבן). געלער זאָגט, אַז ער האָט אויך געניצט זײַנע כּוחות, כּדי צו העלפֿן גענעראַל משה דיין געפֿינען מער אַרכעאָלאָגישע חפֿצים פֿאַר זײַן קאָלעקציע.

דעם פֿילם האָט מען די פֿאַרגאַנגענע וואָך געוויזן בײַם דאָקומענטאַר־פֿעסטיוואַל DocFest אין שעפֿילד, ענגלאַנד, און דעם זומער וועט מען אים אויך קענען זען אויפֿן קאַנאַל BBC2.