ס’אַ רחמנות צו קוקן אויף דעם אַמעריקאַנער מדינה סעקרעטאַר דזשאָן קערי ווי ער דרייט זיך, נעבעך, אַרום אין דעם מיטל-מזרח. ער שוויצט, פֿאַררעדט די ציין, באַוואַרפֿט מיט איניציאַטיוון און “גלענצנדיקע” אידייען, זאָגט צו אַבאַסן וואָס פֿאַרנעמט, אַגבֿ, די פּאָזיציע פֿון אַ פּרעזידענט, נישט אויסגעוויילט פֿון זײַן פֿאָלק, נאָר, ווי עס איז דער מינהג אין דעם מיטל-מזרח, צוליב דער “אינערציע”, ווי אַ “מתּנה” פֿאַר זײַן גרייטקייט צן פֿאַרהאַנדלען מיט ישׂראל.
מיט וואָס איז קערי אַזוי באַזאָרגט? פֿאַרוואָס לויפֿט ער אַרום ווי אַ נשׂרף? וואָס לייגט ער אַרײַן אַזוי פֿיל כּוח צו פֿירן אַ קרומען שידוך צווישן אַ חתן-כּלה וואָס קענען זיך נישט אָנקוקן?
עס קען זייער גוט זײַן, אַז אויב ער וועט פֿאָלגן דעם ישׂראלדיקן הויפּט-שטראָם וועט עס זיך אים עפּעס אײַנגעבן אויסצופֿירן. ער וועט קענען ברענגען דערצו, אַז די לאַגע אין דעם לאַנד וואָס צווישן דעם ים און דעם טײַך וועט זײַן אויסצוהאַלטן. הײַנט רעדן די ישׂראלים, אייגנטלעך, נישט וועגן שלום אָדער פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט. זיי באַנוגענען זיך מיטן באַגריף “אויסצוהאַלטן”. און טאַקע אין דעם הײַנטיקן מיטל-מזרח איז אַ מצבֿ, וואָס אים “אויסצוהאַלטן” איז נישט קיין קלייניקייט.
ראשית-כּל, איידער מע וועט צוטרעטן צו דער לייזונג, וואָס דער ישׂראלדיקער הויפּט-שטראָם שלאָגט פֿאָר, לאָמיר פֿאַרשטיין, וואָס איז דער טײַטש פֿון דעם באַגריף: “הויפּט-שטראָם”.
אַז מע באַטראַכט די פֿאַרשיידענע שטראָמען צו דעם קאָנפֿליקט מיט די פּאַלעסטינער, וואָס ווערן אָפּגעשפּיגלט אין דער כּנסת, כאַפּט מען זיך, אַז די אַלטע, כּמעט טראַדיציאָנאַלע אײַנטיילונג צווישן לינקס און רעכטס אין ישׂראל גילט שוין נישט; פֿון ליבערמאַנען ביז יעכימאָוויטשן — איז מיט דער האַנט צו דערלאַנגען.
די ציוניסטישע פּאַרטייען, וואָס געפֿינען זיך אויף דעם ספּעקטרום צווישן “ישׂראל ביתנו” און דער אַרבעט־פּאַרטיי — אַ סך-הכּל פֿון 76 געזעסן אין דער כּנסת, פּרעדיקן דאָס זעלבע. בײַ יעדער פּאַרטיי ווערט די זעלבע לייזונג אַ ביסל אַנדערש געשילדערט, אַנדערש פֿאָרגעשטעלט — די זעלבע יענטע, נאָר אַנדערש געשלײַערט.
די לייזונג האָט איין גרונטלעכן פּרינציפּ: אָפשיידן די יִידישע און אַראַבישע באַפֿעלקערונג אין ארץ-ישׂראל. אין דעם געביט פֿאָלגט די הויפּט-ליניע זשאַבאָטינסקיס טעאָריע מיטן נאָמען: “די אײַזערנע וואַנט”.
לויט זשאַבאָטינסקין, אויב עס וועט אויסזען, אַז אַ פֿרידלעך צוזאַמענלעבן פֿון יִידן און אַראַבער ווילן אויסשליסלעך די יִידן, מוז מען אויפֿשטעלן אַן “אײַזערנע וואַנט”, וואָס וועט דיייִדישע באַפֿעלקערונג איזאָלירן פֿון דעם ווילדן אַראַבישן אַרום, און דערמעגלעכן די ייִדישע מדינה צו פֿירן אַ מער-ווייניקער נאָרמאַל לעבן.
נאָך דער זעקס-טאָגיקע מלחמה ביזן יאָר 2000 האָבן נישט ווייניק ישׂראלים געגלייבט, אַז “מע קען זיך באַגיין מיט די אַראַבער אויף די שטחים”. אייניקע, אי די עקסטרעם־רעכטע, אי די עקסטרעם־לינקע, האָבן געפֿאָדערט אַ פֿולקאָמע אַנעקסירונג פֿון אָט די טעריטאָריעס צו מדינת-ישׂראל. די איינציקע מחלוקת צווישן זיי איז געווען דער כאַראַקטער פֿון דער מדינה, ווי ווײַט ייִדישלעך זי דאַרף זײַן.
די אַנדערע האָבן אַראָפּגעבראַכט די נאַיִווע “עקאָנאָמישע בליוּנג־טעאָריע” פֿון אַמעריקע; זיי האָבן געהאַלטן, אַז די מזל־ברכה, וואָס דאָס צוזאַמענלעבן ברענגט די אַראַבער, וועט אַוועקרוקן זייערע טרוימען וועגן זעלבסטשטענדיקייט אין אַ זײַט. די אַנדערע האָבן געמיינט, אַז די בעסטע לייזונג איז — אויטאָנאָמיע.
אין די 1990ער יאָרן האָבן אַ סך געלערנטע געהאַלטן, אַז עס וועט זיך אײַנגעבן אונטערצושרײַבן אַ שלום-אָפּמאַך. עס דאַכט זיך, אַז דער בלוטיקער שטורעם, וואָס איז בייז באַפֿאַלן די יִידן אין אָקטאָבער 2000 און אין די ווײַטערדיקע יאָרן, האָט איבערצײַגט גענוג אינטעלעקטואַלן, אַז שלום צווישן יִידן אין אַראַבער אין אָט דעם לענדערע איז פּשוט אוממעגלעך. דעמאָלט איז אויפֿגעשוווּמען די לאַנג-פֿאַרגעסענע “אײַזערנע וואַנט”, דער אָפּשיידונג-פּלאַן.
די הויפּט-הנחה איז, אַז צוזאַמענלעבן איז אוממעגלעך, דערגרייכן אַ שלום אָפּמאַך איז אוממעגלעך; די שטענדיקע רײַבונגען און בלוט-פֿאַרגיסונג שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ סכּנה צו דער עקזיסטענץ און ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער מדינה. דעריבער וועט ישׂראל מוזן אָננעמען איינזײַטיקע שריט, כּדי צו פֿאַרזיכערן איר קיום.
אַ פֿולקאָמע אָפּשיידונג, מיט אַ באַוואַכטער גרענעץ, ווי צווישן צוויי פֿײַנטלעכע מדינות, קען פֿאַרקלענערן די צאָל רײַבונגען, וואָס וועלן דערמעגלעכן, אין אַ גרויסער מאָס, דעם וווילשטאַנד פֿון די ישׂראלדיקע בירגער. די אָפּשיידונג צווישן יִידן און אַראַבער וועט דורכגעפֿירט ווערן אויף צוויי אופֿנים:
דער פּלאַן רעדט וועגן אַנעקסירן די “בלאָקן” פֿון די גרעסערע יִידישע ישובים: מעלה-אדומים, אריאל, די ירושלימער קוואַרטאַלן וואָס שפּרייטן זיך איבער דער גרינער ליניע און גוש-עציון. דערצו דאַרף אויך דער ירדן טאָל, אַ קליינער, כּמעט אַ פּוסטער שטח, אַנעקסירט ווערן צוליב זיכערהייט־סיבות.
וועגן מזרח-ירושלים גייט אָן אַ וויכּוח: צי זאָל ישׂראל איבערגעבן די אַראַבישע קוואַרטאַלן און די אַלטע שטאָט די פּאַלעסטינער? דער פּלאַן שטעלט מיך זיך פֿאָר עטלעכע שוועריקייטן:
מע דאַרף אַרויסטרײַבן פֿון זייערע הײַזער צווישן 50 און 100 טויזנט ייִדן, ס’רוב “שווערע ניס”, די סאַמע עקשנים, די שטרענג-אידעאָלאָגישע קאָלאָניסטן.
די פּאַלעסטינער קענען נישט מסכים זײַן צו אַזאַ לייזונג, וואָס לאָזט איבער אין זייערע הענט אַזאַ קליינע נחלה, אָן צו באַהאַנדלען די פּליטים און אָן צו אַנערקענען די צוריקקער-רעכט.
די אינטערנאַציאָנאַלע געמײַנדע וועט ,געוויס, פֿאַרדאַמען אַזאַ גאַנג.
צוריק געשמועסט, איז אפשר די גרעסטע פּראָבלעם דער פֿאַקט, אַז אין אַ פּאַלעסטינער מדינה מעגן זיך אומקערן די פּאַלעסטינער פּליטים. מע שעצט הײַנט, אַז זייער צאָל דערגרייכט פֿיר מיליאָן נפֿשות. דערצו איז אויך מעגלעך, אַז געוויסע טעראָריסטישע גרופּעס וועלן זיך אַרײַנגנבֿנען אָן איבעריקע שוועריקייטן. ווי וועט ישׂראל זיך געבן אַן עצה מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון לערך 4-5 מיליאָן נפשות אין אַ שטח, וווּ עס וווינען הײַנט צו טאָג צווישן 1.3 - 1.8 מיליאָן נפֿשות? דער דרוק אויף די גרענעצן וועט זײַן זייער הויך. די געפֿערלעכסטע טעראָריסטן אין דעם מיטל-מזרח וועלן זיך אַרומדרייען אויף די בערגלעך, אַ קאַצנשפּרונג פֿון תּל-אָבֿיבֿ און ירושלים.
עס איז נישט צו דערוואַרטן, אַז ישראל און די פּאַלעסטינער וועלן אונטערשרײַבן אַ שלום-אָפּמאַך, נישט געקוקט אויף דעם השתּדלות פֿן דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע.
די פֿראַגע איז, ווי אַמעריקע וועט רעאַגירן אויף אַ דורכפֿאַל. צי וועט זי צושטימען מיט דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט? צי וועט זי זיך באַנוגענען מיטן “דערטרעגלעכן”, און אָפּלאָזן די פֿאַנטאַזיע פֿון שלום?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.