אין די ראַמען פֿונעם בערלינער יאָר „חרובֿ געמאַכטע פֿיל־מיניקײט” (Zerstörte Vielfalt), װאָס נעמט אַרײַן פֿאַרשידענע אױסשטעלונגען און קינסטלערישע אונטערנעמונגען איבער דער גאַנצער שטאָט, באַטייליקן זיך אַ סך גרעסערע און אױך קלענערע פֿאַראײנען און פֿאַראײניקונגען. טעמאַטיש ווערט דאָ אָפּגעשפּיגלט די גאַנצע נאַצישע תּקופֿה אין דײַטשלאַנד, אָנהייבנדיק פֿון יאָר 1933, מיט אַ באַזונדערן טראָפּ אױף בערלין.
מיט דעם מאָנאָלאָג „יאָסל ראַקאָװערס װענדונג צו גאָט” פֿון צבֿי קאָליץ האָט מען געהאַט אין זינען צו שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיטן 10טן מײַ 1933, דעם טרויעריק־באַװוּסטן טאָג, װען מען האָט פֿאַרברענט די ביכער אין דײַטשלאַנד. אַזױ אַרום האָט די אױפֿפֿירונג געדאַרפֿט פֿאָרקומען דעם 10טן מײַ 2013, אַ פּראָדוקציע פֿונעם פֿאַראײן „צענטער מײַ” און דעם „ביוראָ אַכטער אַפּריל”. נאָר צוליב דעם „שווערן װינטער”, װי דער ייִדישער מוזײ בערלין שרײַבט אױף זײַן װעבזײַטל, האָט מען ניט באַװיזן צו דער צײַט פֿאַרענדיקן דעם נײַעם בנין, די נײַע אַקאַדעמיע פֿונעם ייִדישן מוזײ אין בערלין. האָט מען איצטער, דעם 13טן יוני 2013, דאָס ערשטע מאָל געשפּילט אין דער אַקאַדעמיע, און פֿאַר אַ פּרעמיערע אױסגעקליבן צבֿי קאָליצעס מאָנאָלאָג.
דעם ניו־יאָרקער עולם איז מסתּמא שױן באַקאַנט די אױפֿפֿירונג „יאָסל ראַקאָװערס װענדונג צו גאָט”, וואָס דוד מאַנדעלבױם האָט אויפֿגעפֿירט אין ייִדיש אין 2007 (זעט דעם אַרטיקל פֿון איציק גאָטעסמאַן װעגן דוד מאַנדעלבױם, אױך װעגן דעם מאָנאָלאָג פֿון צבֿי קאָליץ און זײַן פֿאַרװיקלטער געשיכטע, //yiddish2.forward.com/node/335#ixzz2WDaJIDwS). כאָטש בײדע פֿאַרשטעלונגען זײַנען געשפּילט געוואָרן אין דער אָריגינעלער שפּראַך, אין ייִדיש, און האָבן אַרײַנגענומען מוזיק און בילדער, האָבן זײ זיך באַקומען גאָר אַנדערש — אין ניו־יאָרק און אין בערלין.
אינעם טיטל אױף דײַטש שרײַבט מען „מיט טילאָ װערנער אַלס ראַקאָװער”. הײסט עס, דער אַקטיאָר טילאָ װערנער שפּילט די ראָלע פֿון ראַקאָװער; אָבער װער עס קען שױן די פּיעסע און די מעשׂה, פֿאַרשטייט, אַז ער שפּילט אײגנטלעך ניט יאָסל ראַקאָווער, נאָר צבֿי קאָליצן, ווײַל די מוזיק גיט איבער די אַטמאָספֿער פֿון בוענאָס־אײַרעס, װוּ קאָליץ האָט געשריבן דעם מאָנאָלאָג אין 1946. צװײטנס, איז ער אָנגעטאָן אין אַ שפּאָגל־נײַעם אַנצוג, ניט װי אַ חסיד אין װאַרשעװער געטאָ 1943; מער װי אַ דײַטשער ייִד אָדער אַ יונגער זשורנאַליסט אין בוענאָס־אײַרעס.
דער זאַל פֿון דער נײַער אַקאַדעמיע איז געװען פֿול־געפּאַקט. ממש אַ חידוש, װיפֿל מענטשן זײַנען געקומען צו זען אַ פּיעסע, געשפּילט אין ייִדיש, אָן אַן איבערזעצונג. פֿאַרשטײט זיך, ס’איז אַ פֿראַגע, װי אַזױ אױפֿצופֿירן אַ פּיעסע אױף ייִדיש פֿאַר אַ ניט־ייִדיש־רעדנדיקן עולם — מיט אַן איבערזעצונג אין דער זעלבער צײַט? מיט אייבערקעפּלעך? אינעם בײַבלעטל צו דער אונטערנעמונג קען מען געפֿינען אַ קליינעם גלאָסאַר פֿון 30 װערטער, צום באַדױערן, מיט גרײַזן.
דער אָנהײב פֿונעם מאָנאָלאָג איז טאַקע געװען אױף ייִדיש; אַ װאָרט־צװײ אַרײַנגעװאָרפֿן אױף דײַטש פֿונעם אַקטיאָר אַלײן, װי ער װאָלט געקענט נאָר ייִדיש, אָבער געװאָלט, מע זאָל אים בעסער פֿאַרשטײן. און אַזוי שריט בײַ שריט, זאַץ בײַ זאַץ (רעזשיסאָר אַריה זינגער) גייט פּאַמעלעך אַריבער דער מאָנאָלאָג פֿון ייִדיש אויף דײַטש. מענטשן, װאָס האָבן קײן מאָל ניט געהערט קײן ייִדיש, האָבן עס מסתּמא אַפֿילו ניט באַמערקט. בײַם סוף, האָב איך טאַקע געהערט, ווי עמעצער אין עולם האָט אַ זאָג געטאָן: „ייִדיש איז טאַקע ניט אַזױ אַנדערש פֿון דײַטש, װי איך האָב געמײנט!‟
קען זײַן, אַז דאָס האָט אױך אין אַ געוויסער מאָס געװירקט אױף דעם אַקטיאָר, ווײַל דאָ און דאָרטן האָב איך געקענט הערן עפּעס אויף װינעריש, װאָס האָט געקלונגען קאָמיש און האָט אָפּגעשוואַכט דעם אָריגינעלן טעקסט. אױף אַן אָנבאָט צו אַרבעטן װײַטער אױף ייִדיש, האָט דער רעזשיסאָר געענטפֿערט נאָך דער פֿאָרשטעלונג אַזוי: „דאָס איז קונסט, ניט קײן ייִדיש־סעמינאַר”. ווי עס זאָל ניט זײַן, קומט דעם אַקטיאָר טילאָ װערנער אַ יישר־כּוח, װאָס ער, ניט קענענדיק ייִדיש, האָט אויף אױסנװײניק זיך אויסגעלערנט דעם טעקסט.
נאָר װאָס בלײַבט דאָ אין זאַל פֿון די גרױסע פֿראַגעס, וואָס דער מאָנאָלאָג וויל אַרויסברענגען פֿאַרן הײַנטיקן עולם? װאָס דרינגט אַרײַן אין די אױערן און מוחות פֿונעם היגן צושויער? אמת, צו פֿאַרשטיין בעסער דעם טעקסט האָט מען אַרויסגעהאָלפֿן מיט אַנימאַציע־בילדער און װידעאָ־אינסטאַלאַציעס פֿון מיכאַעל פֿראַגשטײן. אפֿשר איז עס טאַקע צו ניץ געקומען אַ טײל פֿונעם עולם. אײנע אַ פֿרױ האָט אָבער באַמערקט, אַז די בילדער, װאָס פֿאָרמירן זיך אינעם קאָפּ, זענען שוין אַזוי שטאַרק, אַז מע דאַרף שוין ניט קײן שום אַנימאַציעס; און בכלל וואָלט זי בעסער געלײענט דעם דאָזיקן טעקסט פֿון דער פּיעסע.
און עס בלײַבט צו שטעלן נאָך איין פֿראַגע: װאָס מײנט אַזאַ פֿאָרשטעלונג ווי „יאָסל ראַקאָװערס װענדונג צו גאָט” אויפֿגעפֿירט צו ווערן הײַנט אין בערלין אין 2013?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.