תּל־אָבֿיבֿ. — בעת די פּראָטעסט־באַוועגונג אין טערקײַ קעגן דעם פּרעמיער רעצעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן פֿאַרשפּרייט זיך ווײַטער, קוקט ישׂראל זיך צו צו דעם מיט געמישטע געפֿילן.
פֿון איין זײַט, האָט טערקײַ, אונטער ערדאָגאַנס שליטה, זיך ממשותדיק דערווײַטערט פֿון דער ייִדישער מדינה במשך פֿון די לעצטע יאָרן, בפֿרט נאָכן פֿלאָטילאַ־אינצידענט אין 2010. ער פֿאַרדאַמט כּסדר די ישׂראלדיקע באַהאַנדלונג מיט די פּאַלעסטינער און האָט איבערגעריסן די נאָענטע מיליטערישע באַציִונגען מיט צה״ל. אַ פּאָפּולערער אויפֿשטאַנד, וואָס וועט פּאָליטיש פֿאַרוווּנדיקן ערדאָגאַן, וואָלט געקאָנט זײַן אַ גוטע נײַעס פֿאַר ישׂראל.
פֿון דער צווייטער זײַט, בלײַבט טערקײַ ווײַטער צווישן די איינציקע סטאַבילע מלוכות אין מיטעלן מיזרח, וואָס קאָן דינען ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן ישׂראל און אירע אַראַבישע שׂונאים. מיט דרײַ חדשים צוריק האָבן טערקײַ און ישׂראל באַנײַט די פֿאַרהאַנדלונגען, נאָך דעם ווי דער ישׂראל־פּרעמיער בנימין נתניהו האָט פֿאָרמעל זיך אַנטשולדיקט פֿאַר ערדאָגאַן איבערן פֿלאָטילאַ־אינצידענט.
„אונדז אַרט נישט, וואָס ער מוטשעט זיך איצט, בפֿרט נאָך דעם ווי ער האָט אונדז אַזוי שלעכט באַהאַנדלט, אָבער צוריקגערעדט, אויב ער דעמיסיאָנירט, קאָן זײַן פֿאַרטרעטער זײַן נאָך ערגער,‟ האָט באַמערקט אפֿרת אָבֿיבֿ, אַן עקספּערט פֿון טערקישער פּאָליטיק בײַם „בר־אילן אוניווערסיטעט‟.
אלון ליאל, אַ געוועזענער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין טערקײַ, האַלט, אַז די פּראָטעסטן וועלן אפֿשר אָפּשוואַכן ערדאָגאַן אין זײַן אייגן לאַנד — אַ שריט וואָס וואָלט אים אפֿשר געמוטיקט צו פֿאַרבעסערן זײַנע אויסלענדישע באַציִונגען, „און דערבײַ זיך דערנענטערן צו ישׂראל‟.
די אומרוען אין טערקײַ וואָלטן אָבער אויך געקאָנט העלפֿן דעם סירישן פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד, זאָגט ליאל. „ערדאָגאַנס רעגירונג האָט ביז איצט געהאָלפֿן די סירישע אויפֿשטענדלער און האָט שוין אַרײַנגעלאָזט הונדערטער טויזנטער פּליטים צו זיך אין לאַנד,‟ האָט ליאל דערקלערט. „דערפֿאַר וואָלט אַ קלאַפּ פֿאַר ערדאָגאַן געקאָנט זײַן גוט פֿאַר דער אַליאַנץ פֿון סיריע, איראַן און ׳כעזבאָלאַ׳ — און במילא שלעכט פֿאַר ישׂראל.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.