דעם ניו־יאָרקער עולם האָט לעצטנס אָפּגעגליקט: פֿון ישׂראל איז אַהער געקומען די גאָר טאַלאַנטירטע זינגערין און אַקטריסע מיראַ אַוואַד און אויפֿגעטראָטן מיט פֿינף קאָנצערטן. אין דעם „מעטראָפּאָליטאַן צימער‟, אַ נישט קיין גרויסער, אָבער זייער אַ באַקוועמער נאַכט-קלוב אין מאַנהעטן, האָט מען זי יעדן אָוונט זייער וואַרעם אויפֿגענומען. זי זינגט צום מערסטנס איר אייגענעם רעפּערטואַר, וואָס באַשטייט פֿון אַראַבישן פֿאָלקסגעזאַנג, מיטל-מיזרחדיקער פּאָפּ-מוזיק, דזשעז, און אין נאָך אַ ריי סטילן, וואָס זי פֿלעכט אין איר מוזיק אַרײַן. זי שפּילט גיטאַרע, ווי אויך אויף אַן אַראַבישער פֿלייט און פּויק און אַנדערע כּלים, און זינגט אויף אַראַביש, ענגליש, און דאָ און דאָרט אויך אויף העברעיִש. איר שטים קען זיכער „אויסהאַלטן‟ די גרעסטע זאַלן ווי „קאַרנעגי האָל‟, למשל; דאָך, זענען אַלע אין יענעם אָוונט, דעם אַכטן יוני, בעת אַוואַדס לעצטן קאָנצערט פֿון דער סעריע, צופֿרידן געווען זי צו הערן און זען אין אַן אינטימער אַטמאָספֿער.
אַוואַד איז געבוירן געוואָרן אינעם ראַמאַ-דאָרף אין גליל, נישט ווײַט פֿון כּרמיאל. די טאָכטער פֿון אַ פּאַלעסטינער קריסט און אַ בולגאַרישער מאַמע, האָט זי טיף אין זיך אײַנגעזאַפּט די פֿאַרשידענע קולטורעלע השפּעות פֿון איר סבֿיבֿה. זי איז אויך באַקאַנט אין ישׂראל ווי אַ קלאָר און דײַטלעך קול לטובֿת די רעכט פֿון די פּאַלעסטינער-בירגער אין ישׂראל, און לטובֿת דעם שלום. צוזאַמען מיט דער ייִדישער ישׂראלדיקער זינגערין אַחינועם ניני, האָבן זיי ביידע מיט אַ פּאָר יאָר צוריק פֿאָרגעשטעלט ישׂראל אין דעם „לידער־פֿאַרמעסט פֿון אייראָוויזיאָן‟, זינגענדיק דעם דועט „עס מוז זײַן אַן אַנדער וועג‟ (There Must Be Another Way). אָט דאָס ליד האָט אַוואַד דווקא נישט געזונגען אין „מעטראָפּאָליטאַן‟, אָבער אויסגעדריקט האָט זי דעם רודף-שלומדיקן צוגאַנג אין אַ פּאָר אַנדערע לידער אירע. זי האָט, למשל, דעם עולם געגעבן צו פֿאַרשטיין ווי עס איז געשאַפֿן געוואָרן דאָס ליד „אמונה אין דעם ליכט‟ (Faith in the Light) פֿונעם דורכשרײַבן זיך דורך בליצבריוו מיט אַחינועם נינין בעת דער ערשטער עזה-מלחמה. זי האָט באַשריבן, ווי שווער עס איז זיי ביידע געווען אין יענער צײַט, ווי צוויי שלום-אַקטיוויסטקעס. דער רעפֿרען אין דעם ליד קלינגט אַזוי:
וווּהין קענען מיר גייען פֿון דאַנעט?
שוועסטער, ס’איז געווען איין לאַנגע נאַכט.
וואָס וועט נאָך פֿאָרקומען? איך שרעק זיך…
טאָ גיט מיר עפּעס צוריק אויפֿצושטעלן
מײַן אמונה אין דעם ליכט.
אין די טעג, ווען מע קען שוין זעלטן געפֿינען מענטשן מיט אַ גלויבן אין קאָפּ, אַז ישׂראל און די פּאַלעסטינער וועלן נאָך אַ מאָל קומען צו אַ שלום, קומט אַוואַד אָן, און מיט איר חן און שעפֿערישקייט צײַגט אונדז איבער (כאָטש אויף איין אָוונט), אַז אַזאַ וועג איז פֿאָרט פֿאַראַן. אפֿשר האָט די דאָזיקע מעגלעכקייט שוין מער נישט צו טאָן מיט נאָך איין אַמעריקאַנער איניציאַטיוו צו באַנײַען די „שלום-געשפּרעכן‟, נאָר מיטן אַנטוויקלען אַ בעסערן צווישן-פֿעלקערלעכן פֿאַרשטאַנד דורך קולטור און אַנדערע מיטלען, וואָס וועלן, סוף־כּל־סוף, ברענגען צו דער לייזונג פֿון „צוויי שטאַטן פֿאַר צוויי פֿעלקער‟ (צי צו „איין שטאַט פֿאַר צוויי פֿעלקער‟, ווי אַ טייל מענטשן גלייבן). אָבער פֿאָרט, רעדט זיך עס וועגן דעם גלייבן אין אַ בעסערער צוקונפֿט פֿאַר אַלעמען.
נאָכן זינגען „אמונה אין דעם ליכט‟, האָט אַוואַד דערציילט דעם עולם וועגן איר איבערלעבונג בײַם זינגען דאָס ליד פֿאַר ביל קלינטאָן און טאָני בלייר אין פֿילאַדעלפֿיע, אין 2010. בלייר האָט דעמאָלט באַקומען פֿון קלינטאָן אַ פּריז פֿאַר זײַן ראָלע אינעם מאַכן אַ סוף צו דעם סיכסוך אין אירלאַנד (נישט געקוקט אויף בליירס גאָר נעגאַטיווער ראָלע אין איראַק). „איך האָב דאָס געזונגען מיט דער האָפֿענונג, אַז אַמאָל וועט אויך עמעצער באַקומען דעם פּריז פֿאַרן ברענגען צו אַ סוף דעם ישׂראל-אַראַבישן סיכסוך‟, האָט זי געזאָגט און דערמיט שטאַרק גערירט דעם עולם.
פֿאַרן זינגען איר ליד „אַ וואָרט‟, האָט זי זיך געוואָנדן צום עולם מיט ווערטער: „איר דערקענט נישט מסתּמא דעם אונטערשייד צווישן אַראַביש און העברעיִש, ווי ס’רובֿ מענטשן אין דער וועלט. ביידע לשונות קלינגען אין אײַערע אויערן ווי ׳כאַ׳ דאָס און ׳כאַ׳ יענץ. דאָס איז אַ ליד וועגן צוויי נאַציעס, וועגן אַ דיאַלאָג צווישן לשונות.‟ דער רעפֿרען זינגט מען אַזוי:
אַ וואָרט איצט וועגן דעם ספֿק,
וואָס האַלט דיך אָפּ פֿון דערגרייכן
צו מיר זיך צורירן, זיך צורירן צו מיר
אויכעט איר ליד „מאָרגן‟ (בוקראַ) דריקט אויס די שטרעבונג נאָך אַ בעסערן מאָרגן. נאָכן קאָנצערט, האָב איך זי געפֿרעגט וועגן איר מיינונג לגבי דעם קולטורעלן חרם קעגן ישׂראל, וואָס ווערט פֿאַרשפּרייט דורך פֿאַרשידענע גרופּעס. „איך האַלט, אַז מע דאַרף אַרויסווײַזן אַ דרוק פֿון דרויסן, כּדי צו פֿאַרענדיקן ישׂראלס אָקופּאַציע, אָבער איך גלייב נישט אין דעם וועג פֿון חרם. פֿונדעסטוועגן, קען מען כּנגד זאָגן, אַז אין דרום-אַפֿריקע האָט דער בויקאָט יאָ געהאָלפֿן (לעצטנס, האָט דער כּנסת-דעפּוטאַט עפֿר שלח פֿון ׳יש עתיד׳ געוואָרנט, אַז ׳ישׂראל איז אויפֿן וועג צו ווערן אַ מיט דרום-אַפֿריקע׳ — ע.מ.). אָבער איך שטעל זיך נישט ׳קעגן זאַכן׳; איך וויל גיכער באַטאָנען דעם ׳פֿאַר׳ אַספּעקט. גוטע זאַכן וועלן נישט אויסקומען פֿון קיין חרם. להיפּוך, מע דאַרף אָנהייבן דעם דיאַלאָג אויף ווי ווײַט מעגלעך, זיך צו באַקענען איינער מיטן אַנדערן און פֿאַרטרײַבן דעם שד.‟
אַוואַד דערציילט, אַז מע וויל זי שטענדיק בויקאָטירן און מע רופֿט אַנדערע נישט צו קומען צו אירע קאָנצערטן, ווײַל „איך בין אַ קאָלאַבאָראַטאָרין מיט דער ישׂראלדיקער פּראָפּאָגאַנדע-מאַשין, אָבער איך מיין, אַז דאָס איז אַ שטות.‟
אַוואַדס באַגלייטער זענען געווען צוויי טאַלאַנטירטע ישׂראלים, ייִדן, וואָס וווינען אין ניו-יאָרק — אַבֿי פֿאָקס-ראָזען (גיטאַרע), און הדר נויבערג (פֿלייט). איר אַגענט איז משה ראָזענפֿעלד, אַ ייִדיש-רעדנדיקער פֿון דער היים. ער האָט מיר דערציילט אויף מאַמע-לשון, אַז דער ציל פֿון די דאָזיקע סעריע-קאָנצערטן איז געווען קודם־כּל צוצוציִען דעם „ניו-יאָרק טײַמס‟ מוזיק-קריטיקער, מיט דער האָפֿענונג, אַז אַ גוטע רעצענזיע פֿון אים וועט דערפֿירן צו נאָך ווײַטערדיקע קאָנצערטן און הצלחה. יענער איז טאַקע אָנגעקומען, געלויבט איר קאָנצערט (בפֿרט האָט בײַ אים מוצא-חן געווען איר ווערסיע פֿון סטינגס באַלאַדע „ברעכעוודיק‟), אָבער ס‘איז געגאַנגען אַזאַ שטורעם-רעגן אין די ווײַטערדיקע טעג, אַז אַ סך מענטשן זענען געבליבן אין דער היים.
אַוואַד האָט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיט דער ריזיקער „סאָני‟־געזעלשאַפֿט, אָבער צוליב קינסטלערישע מחלוקתן, האָט זי זיי פֿאַרלאָזט, און געגרינדעט איר אייגענע געזעלשאַפֿט. די וואָס האָבן די זכיה געהאַט צו געניסן פֿון איר טאַלאַנט און איר קול-נגינה לעצטנס אין ניו-יאָרק, האָבן נישט קיין ספֿקות לגבי איר ווײַטערדיקן דערפֿאָלג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.