די צוקונפֿטיקע היסטאָריקער פֿון דער מענטשהייט וועלן אָפּגעבן אַ בכּבֿודיק אָרט אין זייערע ווערק פֿאַרן וויכטיקן מאכל — סטאַשקעשמיר (בלע״ז peanut butter). זינט די דרום־אַמעריקאַנער אינדיאַנער האָבן מיט העכער 7,000 יאָר צוריק אַנטדעקט די סטאַשקעס (אויך באַקאַנט ווי רבי־ניסלעך, ארץ־ישׂראל־ניסלעך, אָדער ערדניסלעך), ביז די שפּאַנישע „קאָנקיסטאַדאָרן‟ האָבן מיט 500 יאָר צוריק אַנטדעקט סטאַשקעשמיר בײַ די אַצטעקן אין מעקסיקע, און ביזן הײַנטיקן טאָג — האָבן די סטאַשקעס אײַנגענומען אַלץ גרעסערע וועלטטיילן אין זייער אימפּעריע.
אָבער ניט אין אַלע לענדער זײַנען זיי אַרײַנגעדרונגען מיטן זעלביקן אימפּעט. אין אייראָפּע, למשל, קולטיווירט מען ניט קיין סטאַשקעס און, מיטן אויסנאַם פֿון האָלאַנד און ענגלאַנד, קוקט מען אויף זיי נאָך אַלץ ווי אויף פֿרעמדע. אין די אייראָפּעיִשע שפּײַזקראָמען וועט מען גיכער געפֿינען „נוטעלאַ‟ (געמאַכט פֿון האָזענע ניסלעך — בלע״ז hazelnuts) איידער סטאַשקעשמיר. אַ חבֿר מײַנער פֿון רוסלאַנד זאָגט, אַז אַפֿילו דער געדאַנק פֿון עסן סטאַשקעשמיר איז אים דערווידער.
אָבער מחוץ אייראָפּע, האָבן די סטאַשקעס אײַנגענומען גאַנצע קאָנטינענטן. די גרעסטע חסידים פֿון סטאַשקעס, מיט איבער 40% פֿון דער וועלט־פּראָדוקציע, זײַנען הײַנט די כינעזער, וואָס די פּאָרטוגעזן האָבן זיי געבראַכט די ערשטע סטאַשקעס נאָך אין 17טן י״ה. דער צווייט־גרעסטער פּראָדוצירער איז הײַנט אינדיע. פֿון דעסטוועגן, איז אַמעריקע פֿאַרבליבן דער גרעסטער עקספּאָרטירער, און אין דער אַמעריקאַנער קולטור שפּילן די סטאַשקעס די גרעסטע ראָלע, דער עיקר, בײַ די קינדער. דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער עסט אַן ערך 2,500 שניטקעס מיט סטאַשקעשמיר און אײַנגעמאַכטס (בלע״ז peanut butter and jelly) נאָך איידער ער פֿאַרענדיקט די מיטלשול. האָט איר געוווּסט, אַז דער 24סטער יאַנואַר איז אין אַמעריקע דערקלערט ווי דער „נאַציאָנאַלער סטאַשקעטאָג‟?
מיט הונדערט יאָר צוריק, ווען די סטאַשקעס זײַנען נאָך ניט געווען אַזוי פּאָפּולער, האָט דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער דערציִער און דערפֿינדער דזשאָרדזש וואַשינגטאָן קאַרווער אײַנגעזען זייערע מעלות און פֿאָרויסגעזען זייער גרויסע צוקונפֿט. ער האָט אַליין געשאַפֿן 300 פֿאַרשיידענע רעצעפּטן און אופֿנים, ווי אַזוי צו ניצן סטאַשקעס — ניט בלויז דערפֿאַר, ווײַל סטאַשקעס זײַנען געזונט, נאָר אויך ווײַל זיי באַרײַכערן די ערד מיט שטיקשטאָף (ניטראָגען).
פֿאַקטיש זײַנען סטאַשקעס ניט קיין אמתע ניסלעך, נאָר פֿון דער שויטנדיקער משפּחה (אַזוי הייסן legumes אין ד”ר שעכטערס באָטאַנישן ווערטערבוך). זיי האָבן אַ הויכן פּראָצענט פּראָטעיִן און נאָך אַ העכערן פּראָצענט פֿעטס; אָבער פֿעטס מיט פֿעטס איז ניט גלײַך: סטאַשקעס האָבן דווקא אַ סך פֿונעם „פּשוטן אומגעזעטיקטן‟ פֿעטס (monounsaturated), וואָס די דאָקטוירים רעקאָמענדירן. נאָך אַ מעלה: סטאַשקע־בוימל העלפֿט בײַם אַרויסשלעפּן קײַגומי, וואָס איז אײַנגעקלעפּט געוואָרן אין די האָר. (בײַ די קינדער קען דאָס זײַן אַ גרויסע פּראָבלעם.)
נאָר אין די 1920ער יאָרן זײַנען סטאַשקעס געוואָרן אַ ביליקער מאַסן־פּראָדוקט, וואָס דורות קינדער האָבן זיך געקוויקט מיט אים. אַחוץ די שניטקעס, זײַנען סטאַשקעס אויך געוואָרן אַ זײַל פֿון דער זיסוואַרג־אינדוסטריע: די באַקאַנטע שאָקאָלאַדקע „פּוטערפֿינגער‟ (Butterfinger) האָט זיך באַוויזן אין 1923, און דאָס „ריסעס סטאַשקעשמיר־טעפּל‟ (Reese’s Peanut Butter Cup) — אין 1928. מען געפֿינט אַלץ מער מאָדנע און אומגעריכטע קאָמבינאַציעס און רעצעפּטן.
צו די סאַמע באַקאַנטע סטאַשקעשמיר־פֿרעסער האָט געהערט דער „קעניג פֿון ראָק און ראָל‟, עלוויס פּרעסלי (וואָס איז, אַגבֿ, לויט דער הלכה, געווען אַ ייִד, דורך זײַן עלטער־עלטער־באָבע). ער פֿלעגט ליב האָבן שניטקעס, געמאַכט מיט סטאַשקעשמיר, באַנאַנע און בייקאָן. דער ניו־יאָרקער מעיאָר בלומבערג, אויך אַ ייִד, האָט אויסגעדריקט דעם וווּנטש, אַז זײַן לעצטע מאָלצײַט אויף דער וועלט זאָל זײַן אַזאַ מין עלוויס־שניטקע. דער באַקאַנטער שרײַבער ערנעסט העמינגוויי, ווידער, פֿלעגט עסן שניטקעס, געמאַכט מיט סטאַשקעשמיר און גרויסע שטיקלעך ציבעלע.
די ישׂראלים האָבן אַן אייגענע סטאַשקע־טראַדיציע; זיי עסן „קַבוקים‟ — סטאַשקעס, וואָס מע האָט זיי אײַנגעטונקען אין טייג און באַדעקט מיט אַזאַ מין ביסקוויט־שאָלעכץ. זיי עסן אויך „בוטנים אַמריקאים‟ (אַמעריקאַנער סטאַשקעס), וואָס האָבן אַ מער קרוכלע שאָלעכץ (אַזוינס האָב איך נאָך קיין מאָל ניט געזען אין אַמעריקע).
אינעם סאַמע צענטער פֿון דער סטאַשקע־אימפּעריע, אין ניו־יאָרק, און דווקא אינעם מיטלפּונקט פֿון אַלץ, וואָס איז יוגנטלעך און „היפּ‟ — גרעניטש-ווילעדזש, האָט די פֿירמע „סטאַשקעשמיר און קאָ.‟ (.Peanutbutter and Co) געעפֿנט אַ קאַפֿע־רעסטאָראַן, וווּ (כּמעט) אַלע שפּײַזן און געטראַנקען זײַנען געמאַכט פֿון דעם דאָזיקן גאָלדענעם פּראָדוקט. איך אַליין בין אַ קנאַפּער רעסטאָראַן־קריטיקער — ווער עס האָט געזען מײַן קיך, קען דאָס באַשטעטיקן. (ווען איך האָב געוווינט אַליין, האָב איך אַ פּאָר יאָר געניצט דעם אויוון, ווי אַ ביכער־פּאָליצע.) אָבער ווי אַ באַשטעטיקטער סטאַשקעהאָליקער, האָב איך פּשוט געמוזט עסן בײַ „סטאַשקעשמיר און קאָ.‟ און שרײַבן וועגן דעם אַן אָפּרוף.
איך האָב פֿאַרזוכט דעם סטאַשקעמיר־פּאַרפֿע, וואָס איז (מיט באַנאַנע און יאָגורט) איינע פֿון די מער געזונטע ברירות דאָרטן. מע קען אויך באַשטעלן אַן „עלוויס‟ (מיט אָדער אָן בייקאָן), אַ „דזשערי סײַנפֿעלד‟ (בייגל מיט סטאַשקעשמיר האָניק און צימרינג), אָדער אַ „קלאָץ מיט מורעשקעס‟ (סעלעריע מיט סטאַשקעשמיר און ראָזשינקעס). ווער עס קען ניט באַשליסן, קען באַשטעלן אַ “סאַמפּלער” — אַ ביסל פֿון יעדן מין סטאַשקעשמיר צו פֿאַרזוכן.
אפֿשר איז געווען אַ טעות צו באַשטעלן עפּעס געזונטס. מײַן פּאַרפֿע איז געווען געשמאַק, אָבער גאָרניט אויסערגעוויינטלעכס. אפֿשר בין איך געקומען אין דעם קאַפֿע־רעסטאָראַן מיט אומרעאַליסטישע דערוואַרטונגען. ווי עס זאָל ניט זײַן, פֿאַרבלײַב איך אַ געטרײַער סטאַשקע־פּאַטריאָט — מער אין דער היים, ווי אין רעסטאָראַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.