אַ נײַע שטודיע, דורכגעפֿירט פֿון דער ישׂראלדיקער עקספּערטן־קאָמיסיע, „ראות־אינסטיטוט‟, אַנאַליזירט ווי אַזוי די ישׂראלים, וועלכע וווינען אין טאָראָנטאָ, באַציִען זיך צו די אָרטיקע קאַנאַדער ייִדן, און פֿאַרקערט.
אין דער שטודיע, Engaging the Israeli Diaspora: Toronto as a Case Study, ווערט טאָראָנטאָ באַצייכנט ווי אַ בײַשפּיל פֿון אַלע ישׂראלדיקע ייִשובֿים „חוץ־לארץ‟. אין צפֿון־אַמעריקע וווינען הײַנט בערך 800,000 ישׂראלים.
„מיר האָבן אויסגעקליבן טאָראָנטאָ, ווײַל די אָרטיקע ייִדישע פֿעדעראַציע האָט שוין אינוועסטירט היפּשע רעסורסן, פּרוּוונדיק אַרײַנצוציִען זיי אין די אַקטיוויטעטן און געזעלשאַפֿטן פֿון דער טאָראָנטער ייִדישער קהילה,‟ האָט אירן שישון (שײַשאָן), דער סטראַטעגיע־דירעקטאָר פֿונעם „ראות־אינסטיטוט‟, איבערגעגעבן דער Canadian Jewish News.
שישון האָט געזאָגט, אַז בערך 50,000 ישׂראלים וווינען אין טאָראָנטאָ, און באַטרעפֿן איצט כּמעט 25% פֿון דער ייִדישער קהילה. ס׳רובֿ פֿון זיי וווינען אין דער ייִדישער געגנט פּאַזע דער „באַטורסט־גאַס‟, אָבער זיי מישן זיך, בדרך־כּלל, נישט צונויף מיט די נישט־ישׂראלדיקע ייִדן.
„די קאַנאַדער ייִדן זעען די ישׂראלים ווי אַן עול, און האָבן ווייניק בשותּפֿות מיט זיי, פֿון אַן אידעאָלאָגישן שטאַנדפּונקט,‟ האָט שישון דערקלערט. „און די ישׂראלדיקע קאַנאַדער האַלטן נישט, אַז ס׳איז בכלל נייטיק זיך צו פֿאַרבינדן מיט דער ייִדישער קהילה. אַנשטאָט דעם, האָבן די ישׂראלים אויפֿגעבויט אַ מין ׳קליין־ישׂראל׳ לעבן דעם שטעטל וואָן, וווּ זיי קענען שמועסן מיט אַנדערע ישׂראלים אויף העברעיִש.‟
די פּראָבלעם, טענהט שײַשון, איז, אַז דאָס „קליין־ישׂראל‟ פּראָדוצירט נישט קיין צווייטן אָדער דריטן דור סאַברעס, און דערפֿאַר האָבן זייערע קינדער אַ קנאַפּע פֿאַרבינדונג מיט די קאַנאַדער ייִדן אָדער מיט דער ייִדישער קולטור־ירושה בכלל. במילא, דערווײַטערן זיך די ייִנגערע דורות ישׂראלים סײַ פֿון זייער ישׂראלדיקן הינטערגרונט, סײַ פֿון זייער ייִדישן, און נעמען אָן אַ ריין־קאַנאַדער אידענטיטעט.
„מיר רופֿן די ישׂראלדיקע פֿירער און די ייִדישע קהילה־אָרגאַניזאַציעס זיך צו באַמיִען אַרײַנציִען דעם צווייטן און דריטן דור ישׂראלים אין דעם קהילה־לעבן,‟ האָט שישון באַטאָנט. ער לייגט פֿאָר צו אינוועסטירן אין פּראָיעקטן, וואָס האָבן אַ שטאַרקע ישׂראלדיקע פֿאַרבינדונג, ווי אויך אַ ממשותדיקן שײַכות צו דער אַלגעמיינער ייִדישער קהילה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.