אַמאָל איז זומערצײַט געווען בלויז איין ייִדישער שפּראַך־קורס , וווּ ססודענטן האָבן זיך אינטענסיוו געלערנט ייִדיש — „די אוריאל ווײַנרײַך פּראָגראַם פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור‟, וואָס ווערט הײַנט אָנגעפֿירט פֿונעם ייִוואָ, בשותּפֿות מיטן „באַרד־קאָלעדזש‟. אָבער עס האָבן זיך געשאַפֿן נאָך אַנדערע אַזוינע זומער־פּראָגראַמען, געצילט אויף אוניווערסיטעט־סטודענטן, און דער הײַנטיקער סטודענט קען דעם זומער אויסקלײַבן פֿון עטלעכע פּראָגראַמען — תּל־אָבֿיבֿ, ווילנע, וואַרשע, שטראַסבורג, און „ייִדיש־פֿאַרם‟. פֿאַר וואָס זאָל מען קומען דווקא קיין ניו־יאָרק אין די היצן און געפּאַקטע אונטערבאַנען?
לויט די סטודענטן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרשריבן אויף דער „זומער־פּראָגראַם‟, זעט אויס, אַז די אייראָפּעער, בפֿרט פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן אַ ספּעציעלע ליבשאַפֿט צו קומען קיין ניו־יאָרק זיך לערנען, און דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל: זיי קענען שוין די אייראָפּעיִשע לענדער און ס‘רובֿ זענען שוין געווען אין ישׂראל; אָבער זייער אַמעריקע האָבן זיי נאָך נישט אַנטדעקט.
פֿון ווין האָב איך מיט עטלעכע חדשים צוריק באַקומען אַ טעלעפֿאָן־קלונג פֿון מײַן שוועסטערקינד אַרטור, אַז זײַן 23־יאָריקער זון נח וויל זיך לערנען ייִדיש דעם זומער אין ניו־יאָרק. אַרטור קערט זיך אָן מיט מיר דורך מײַן טאַטנס משפּחה, וועלכע האָט געלעבט אין די בוקעווינער שטעטלעך סערעט און בײַניץ; און כאָטש אַרטור איז אויפֿגעוואַקסן אין ווין, רעדט ער געשמאַק אויפֿן שטעטלדיקן בוקעווינער ייִדיש, וואָס מע הערט זעלטן אין זײַן דור, געבוירן אין די 1950ער יאָרן. נאָכן גימנאַזיום האָט זײַן זון, דער יונגער נח, פֿאַרבראַכט אַ יאָר אין ישׂראל — ווי אַ טייל פֿון זײַן שרות לעם — אין אַ מושבֿ־זקנים, און האָט דאָרטן אויסגעפֿינען, אַז ער קען פֿאַרשטיין ייִדיש און האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער שפּראַך. נאָך די 6 וואָכן אין דער ניו־יאָרקער זומער־פּראָגראַם — די לענגסטע פּראָגראַם פֿון אַלע — וועט ער זיכער קענען אויך רעדן, לייענען און שרײַבן ייִדיש.
פֿרײַטיק, דעם 21סטן יוני האָט „די זומער־פּראָגראַם‟ געהאַט איר קבלת־פּנים אין ייִוואָ, וווּ מע האָט זיך באַקענט מיט די הײַ־יאָריקע סטודענטן. זיי שטאַמען פֿון אַ טוץ לענדער — פּוילן, אוקראַיִנע, רוסלאַנד, כינע, קראָאַטיע, שווייץ, קאַנאַדע, מעקסיקע צווישן אַנדערע. די לערערס זענען אויך בײַגעווען, פֿאַרשטייט זיך. שבֿע צוקער, חנה גאָנשער, איתּי זותּרא און פּערל טייטלבוים לערנען מיט די פֿרימאָרגנדיקע קלאַסן פֿון שפּראַך און ליטעראַטור. ביי טאָג קען מען זיך פֿאַרשרײַבן אין די פֿאַרשיידענע וואַרשטאַטן — „ייִדישע מאכלים‟ מיט איוו יאַכנאָוויץ, „שטייגער‟ מיט חוה לאַפּין, „ייִדישער טעאַטער‟ מיט יעלענאַ שמולענסאָן און אַלען ריקמאַן, „געזאַנג‟ מיט דזשאַש וואַלעצקי, „ווי צו רעציטירן אויף ייִדיש‟ מיט שיין בייקער, „ווי צו לייענען אַ ייִדיש ליד‟ מיט איתּי זותּרא, „ווי צו לייענען אַ ייִדישן כּתבֿ‟ מיט יאַנקל סאַלאַנט און נאָך.
בײַ דער אונטערנעמונג האָב איך זיך באַקענט מיט עטלעכע פֿון די סטודענטן. תּמרה איז פֿון מעקסיקע און איז געווען אויך פֿאַר אַ יאָרן אויף דער זומער־פּראָגראם. זי הייבט אָן צו פֿאָרשן די געשיכטע פֿון דער בונדישער באַוועגונג אין מעקסיקע און וויל שאַפֿן אַ קרײַז אין דער שטאָט מעקסיקע, וווּ מע קען רעדן ייִדיש.
רייזל האָט זיך אויך געלערנט אין דער זומער־פּראָראַם פֿאַר אַ יאָרן, און גרייט זיך צו ווערן אַ ראַבינערטע. שׂרה קומט פֿון ציריך, אין דער שווייץ, שוין צום דריטן מאָל. זי שטודירט גערמאַניסטיק און וויל לייענען די ייִדישע ליטעראַטור.
צום ערשטן מאָל קומט פֿאָרט די פּראָגראַם אין ברוקלין אינעם קאַמפּוּס פֿונעם ברוקלינער קאָלעדזש. שׂרה מײַערסאָן, וועלכע איז געקומען צום ערשטן מאָל און שטודירט צו ווערן אַ חזנטע בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ דערציילט, אַז ווײַל די קורסן טרעפֿן זיך אינעם ברוקלינער קאָלעדזש צום ערשטן מאָל קען מען רעדן ייִדיש אויף דער גאַס מיט די חרדישע ייִדן און אַפֿילו אין די קראָמען.
לאָמיר אָפּגעבן נאָך אַ באַריכט צום סוף פֿון דער פּראָגראַם, די לעצטע וואָך יולי, ווען די סטודענט וועלן קענען בעסער אויסדריקן זייערע מיינונגען און געפֿילן וועגן ברוקלין, ניו־יאָרק און ייִדיש.
אַ שמועס מיט דרײַ סטודענטקעס פֿון דער ייִדישער שפּראַך ייִוואָ־באַרד זומער־פּראָגראַם בײַם קבלת־פּנים, ייִוואָ, דעם 21סטן יוני 2013
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.