דעם 21סטן יוני האָט די צײַטונג „האָרץ‟ און די ייִדישע נײַעס-וועבזײַט „טאַבלעט‟ איבערגעגעבן אַ טשיקאַווע מעשׂה. שטעלט אײַך פֿאָר: אַ מאַן קומט אַרײַן אין אַ שיל און לייגט פֿאָר די מתפּללים אַ פֿאַנטאַסטיש געווער, וואָס לאָזט אַרויס טויטלעכע ענערגיע-שטראַלן, כּדי אומצוברענגען די שׂונאים פֿון מדינת-ישׂראל. ווען די ייִדישע קהילה האָט זיך אָפּגעזאָגט, האָט ער פֿאָרגעלייגט דאָס געווער דער ערסטרעם-ראַסיסטישער סעקטע „קו-קלוקס-קלאַן‟.
אַזאַ מעשׂה קלינגט ווי עפּעס אַ מאָדנער פּורים-שפּיל. און דאָך, פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, דעם 18טן יוני, זענען צוויי מענטשן אַרעסטירט געוואָרן אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט ניו-יאָרק; אויפֿן אַנדערן טאָג זענען זיי באַשולדיקט געוואָרן אינעם פּלאַנירן צו שאַפֿן אַ געווער פֿון מאַסן-צעשטערונג.
„טאַבלעט‟ האָט איבערגעגעבן, אַז גלענדאָן סקאָט קראָפֿאָרד, אַ רעכטער עקסטרעמיסט, האָט געהאָפֿט צו פֿאַרניכטן מיטן דאָזיקן געווער די אָרטיקע מוסולמענער. לויט אַלע סימנים, לײַדט ער פֿון אַן ערנסטער פּסיכישער קרענק.
מעטיו קאָטלער, דער ראַבינער פֿון דער רעפֿאָרם-שיל „שערי-שמים‟ אין דער שטאָט סקענעקטעדי, לעבן אָלבאַני, שטאַט ניו-יאָרק, האָט דערציילט דער צײַטונג „האָרץ‟, אַז קראָפֿאָרד איז אַרײַנגעקומען אין דער שיל און אָנגעהויבן שמועסן מיט דער אַדמיניסטראַציע, אַז ס׳איז זייער וויכטיק צו באַשיצן די ייִדן און ישׂראל — דערפֿאַר וויל ער געבן די ייִדן אַ „מתּנה‟.
די שיל-הנהלה האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער וויל זיי פֿאָרלייגן עפּעס אַ סכּנותדיק געווער, און האָט זיך געגעבן אַן עצה, ווי אַזוי פּטור צו ווערן פֿונעם געפֿערלעכן פּאַרשוין; האָבן די מענטשן אין דער שיל אים פֿאָרגעלייגט זיך צו ווענדן צו דער אָרטיקער ייִדישער פֿעדעראַציע. דער געווער-פֿאַרקויפֿער האָט טאַקע געפֿאָלגט די עצה און קאָטלער האָט דערציילט די מעשׂה דעם אָרטיקן פּאָליציי־שעף.
במשך פֿון די לעצטע 14 חדשים, האָבן די צוויי מענער, דער 49־יאָריקער פֿאַבריק-מעכאַניקער קראָפֿאָד און דער 54־יאָריקער עריק פֿײַט, געאַרבעט מיט פֿאַרשיידענע מענטשן, וועלכע האָבן זיי באַזאָרגט מיט געוויסע מאַטעריאַלן און פֿאָרגעלייגט זיי זייער הילף, פּרוּוונדיק צו שאַפֿן דאָס פֿאַנטאַסטישע געווער. למעשׂה, זענען זייערע געהילפֿן געווען געהיימע פּאָליציי-אַגענטן. קראָפֿאָרד האָט זיך אויך געטראָפֿן אין אויגוסט און סעפּטעמבער מיט די פֿאָרשטייער פֿון „קו-קלוקס-קלאַן‟ אין צפֿון-קאַראָלײַנע, בעטנדיק בײַ זיי אַ פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַרן אויסטערלישן פּראָיעקט. ביידע אַרעסטירטע זענען אַליין פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע.
די געהיימע אַגענטן האָבן זיי געגעבן אַ צעבראָכענע רענטגען-מאַשין. די צוויי געווער־מאַכער האָבן זי געפּרוּווט צולאָנטשען צו אַן אויטאָ און זענען אַרעסטירט געוואָרן. אין דער אמתן, עקזיסטירן אַזעלכע שטראַלן־ביקסן בלויז אין די פֿאַנטאַסטישע פֿילמען.
שעלי שאַפּיראָ, די דירעקטאָרין פֿון קהילה-באַציִונגען בײַ דער ייִדישער פֿעדעראַציע, וווּהין קראָפֿאָרד האָט זיך געווענדט, האָט באַטאָנט אין איר שמועס מיט „האָרץ‟, אַז מע טאָר נישט אַוועקמאַכן אַזעלכע פּאַרשוינען ווי סתּם משוגעים, לויט איר מיינונג, אויב זיי טראָגן זיך אַרום מיט טעראָריסטישע חלומות אין קאָפּ. שאַפּיראָ האָט גערופֿן די אַמעריקאַנער נאָכצומאַכן די שטרענגסטע זיכערהייט-מיטלען, ווי אין ישׂראל. די פֿירערין פֿון דער פֿעדעראַציע האָט צוגעגעבן, אַז זי פֿאַרטיידיקט דעם געהיימען רעגירונג-אויפֿזיכט איבער דער אינטערנעץ און די טעלעפֿאָן-שמועסן.
פּאָל גאָלדענבערג, דער נאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿון דער „נעץ פֿון פֿאַרזיכערטע קהילות‟ — אַ בשותּפֿותדיקע זיכערהייט-אָרגאַניזאַציע פֿון די „ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון-אַמעריקע‟ און דער „פּרעזידענטן-קאָנפֿערענץ‟, האָט אויסגעדריקט ענלעכע מיינונגען. ער איז צופֿרידן מיט דעם, וואָס די אַמעריקאַנער מלוכישע אינסטאַנצן, בפֿרט דער דעפּאַרטאַמענט פֿון היימלאַנד-זיכערהייט, באַקענען זיך מיט די ישׂראלדיקע זיכערהייט-מעטאָדן און פֿירט זיי, צו ביסלעך, אײַן אין אַמעריקע. „די אַמעריקאַנער פּאַראַדיגמע בײַט זיך‟, האָט גאָלדענבערג געזאָגט און צוגעגעבן, אַז אויב אַפֿילו אַ משוגענער לייגט פֿאָר אַן אויסגעטראַכט געווער, כּדי צו באַשיצן ישׂראל און די ייִדישע קהילה — איז ער נאָך אַלץ אַ מסוכּנער פּאָטענציאַלער טעראָריסט. דער פּרעזידענט פֿון דער זיכערהייט-אָרגאַניזאַציע האָט צוגעגעבן, אַז אין דער הײַנטיקער „מאָדנער וועלט‟ געפֿינען ייִדן צומאָל מאָדנע פֿרײַנד, אַרײַנגערעכנט די עקסטרעם-רעכטע גרופּעס.
אַ מערקווירדיקע צאָל ישׂראלים האָבן זיך לעצטנס באַזעצט אין דער געגנט אַרום אָלבאַני. אַ טייל לערנען זיך אינעם „קאָלעדזש פֿון נאַנאָ-טעכנאָלאָגיעס און אינזשענירײַ‟, און אַ טייל אַרבעטן אין דער עלעקטראָנישער פֿירמע „גלאָבאַל פֿאַונדריס‟. נישט אַלע אָרטיקע תּושבֿים זענען צופֿרידן מיט דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק; מיט אַ חודש צוריק האָבן די פּראָ-פּאַלעסטינער גרופּעס אויפֿגעהאַנגען אין אָלבאַני אַ גרויסן פּלאַקאַט, רופֿנדיק אָפּצושטעלן די אַמעריקאַנער מיליטערישע שטיצע פֿון ישׂראל. שאַפּיראָ האָט דערציילט „האָרץ‟, אַז איר פֿעדעראַציע איז פֿאַרזאָרגט וועגן מעגלעכע זיכערהייט־פּראָבלעמען, צוליב דער וואַקסנדיקער צאָל ישׂראלים אין דער געגנט.
קאָטלער, דער רבֿ פֿון דער שיל, וווּ די גאַנצע מעשׂה האָט זיך אָנגעהויבן, האָט זיך באַצויגן צו דעם מער הומאָריסטיש און געזאָגט, אַז די טעלעוויזיע וואָלט געקאָנט מאַכן אַ טשיקאַוון עפּיזאָד וועגן דער מעשׂה מיטן פֿאַנטאַסטישן געווער.
מאַרק פּיטקייוועדזש, דער דירעקטאָר פֿונעם אויספֿאָרש-אָפּטייל בײַ דער „אַנטידעפֿאַמאַציע-ליגע‟, האָט באַמערקט, אַז די גאַנצע מעשׂה זעט אויס אויסטערליש צעבלאָזן. ס׳באַקומט זיך, אַז די משוגענע עקסטרעמיסטן האָבן געטראַכט, אַז די ייִדן האָבן פֿײַנט די מוסולמענער, אַזוי ווי זיי, דערפֿאַר האָבן זיי פֿאָרגעלייגט די שיל-מתּפּללים צו באַטייליקן זיך אין זייער משונהדיקן פּראָיעקט. „ס׳איז גאָר אויסטערליש, אָבער איז עס סכּנותדיק?‟, האָט זיך געחידושט פּיטקייוועדזש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.