איך בין געבוירן געוואָרן אין זיבן יאָר אַרום נאָך דעם ווי די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט. בײַ אונדז אין דער משפּחה האָט דאָס וואָרט „מלחמה‟ געמיינט די צײַט צווישן דעם 22סטן יוני 1941 און דעם 9טן מײַ 1945. אַזוי אַז יעדעס יאָר, ווען עס קומט צום 22סטן יוני, דערמאָן איך זיך אין מײַן טאַטן און אַנדערע עלטערע קרובֿים, וועלכע זײַנען שוין אַלע אַוועק פֿון דער וועלט. קיינער פֿון די וואָס איז געווען אַ דערוואַקסענער מענטשן זומער 1941 איז שוין ניטאָ. אַזוי אַז איך, ווי אויך אַנדערע ייִנגערע לײַט אין מײַן משפּחה, טראָגן אין זיך די זכרונות פֿון דעם עלטערן דור.
איך בין גאָר ניט זיכער, צי די דאָזיקע זכרונות וועט מען קענען איבערגעבן ווײַטער, דער קומענדיקער גענעראַציע. ערשטנס, פֿאַרהאַלט זיך עס אין מוח בעסער, ווען מע באַקומט אַזאַ אינפֿאָרמאַציע-מאַסיוו גלײַך פֿון די ערשטע הענט. און מע באַקומט עס נאַטירלעך, פּאָרציעסווײַז, אין אַ געוויסן קאָנטעקסט, מיט אַ סך איבערחזרונגען און פּרטים. צווייטנס, איז כּמעט קיינער ניט פֿאַרבליבן אין דער „אַלטער היים‟. די געשיכטע, אָבער, מוז האָבן אַ באָדן. אָן אַ באָדן פֿאַרלירט זי דעם ריכטיקן טעם און זין. איך ווייס עס פֿון דער דערפֿאַרונג, וואָס איך האָב פֿונעם לערנען די רוסישע און סאָוועטישע לימודים אין מערבֿדיקע אוניווערסיטעטן.
דעם 22סטן יוני פֿלעגן מײַנע עלטערן זיך דערמאָנען וועגן מײַן שוועסטערקינד ליזע. אין 1941, איז זי געווען 13 צי 14 יאָר אַלט און געוווינט, צוזאַמען מיט אירע עלטערן, אין דעם וואָלינער שטעטל קראַסילאָוו. מײַן טאַטע איז דאָרטן אויסגעוואַקסן, אָבער דערנאָך איז ער אַוועק זיך לערנען און שוין אַן אויסגעלערנטער (אָדער „אַ געקאָנטשעטער‟, ווי בײַ אונדז פֿלעגט מען זאָגן) האָט ער זיך באַזעצט אין אַן אַנדער עק אוקראַיִנע, אַ סך ווײַטער פֿון דער מערבֿדיקער גרענעץ איידער קראַסילאָוו. האָט ער, מײַן טאַטע, געוואָלט, אַז ליזע זאָל זומערצײַט 1941 קומען צו אים, צו מײַן מאַמען, זיך באַקענען מיט מײַן ברודער און מײַן שוועסטער. אַזוי האָט מען זיך צונויפֿגערעדט אין די בריוו, אָבער אין דער לעצטער מינוט האָבן ליזעס עלטערן, מײַן טאַטנס ברודער זכריה און זײַן ווײַב גאָלדע, באַשלאָסן, אַז ס’איז געפֿערלעך צו שיקן אַזאַ קליין מיידל אין אַ לאַנגן וועג איבער גאַנץ אוקראַיִנע. איז זי פֿאַרבליבן אין קראַסילאָוו.
צווישן זכריה, דעם בכור, און מײַן טאַטן איז געווען נאָך איין ברודער, מאיר. ער האָט געדינט אין דער רויטער אַרמיי ווי אַן אָפֿיציר. איז אַזוי שוין באַשערט געווען, אַז זײַן טאַנקען-דיוויזיע זאָל בײַם אָפּטרעטן פֿון דער גרענעץ אין די ערשטע טעג פֿון דער מלחמה געווען זײַן ניט ווײַט פֿון קראַסילאָוו. האָט ער זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דעם שטעטל און געזאָגט זכריה און די צוויי שוועסטער וואָס האָבן דאָרטן געוווינט, זיי זאָלן גלײַך וואַרף אַלץ און זיך לאָזן וואָס גיכער מיזרח-צו. אָבער מע האָט אים ניט געהערט.
לעבן איז פֿאַרבליבן נאָר דער עלטערער זון זכריהס, חיים, דער עלטערער ברודער פֿון ליזען. אים האָט מען עוואַקויִרט צוזאַמען מיט דער פֿאַכשול, וווּ ער האָט זיך געלערנט. חיימען האָט מען שפּעטער גענומען אין דער אַרמיי, אָבער זײַן אָפֿיציר, אַן אוקראַיִנער, האָט אויף אים, כּמעט נאָך אַ קינד, רחמנות געהאַט און געהאַלטן לעבן זיך. דער סוף איז געווען, אַז דעם אָפֿיציר האָט מען דערהרגעט, און חיים איז אַרויס פֿון דעם מלחמה-פֿײַער אַ גאַנצער. אים האָט מען צונויפֿגעשדכנט מיט מײַן מאַמעס ייִנגערער שוועסטער — איר חתן איז פֿון דער מלחמה ניט געקומען. זיי האָבן געהאַט צוויי זין. דעם עלטערן האָט מען אָנגערופֿן זכריה — זאַכאַר אויף רוסיש. אָבער קיין מיידל איז ניט געווען, מע זאָל זי אָנרופֿן נאָך ליזען. בײַם טאַטן איז געווען נאָך אַ ברודער, דער ייִנגסטער, אָבער ער איז געפֿאַלן אין 1943, ערגעץ אונטער דנעפּראָפּעטראָווסק. אַ סבֿרא, אַז איך וואָלט געטראָגן דעם נאָמען ליזע, טאָמער ס‘וואָלט מיר באַשערט געווען צו געבוירן ווערן ווי אַ מיידל.
ליזעס פֿאָטאָ האָב איך קיין מאָל ניט געזען. מע האָט דערציילט, אַז זי איז געווען זייער אַ שיינע. מיט שוואַרצע, ווי פּעך, האָר. גאָלדע, מײַן מומע, איז אויך אַזאַ געווען. מע האָט דערציילט, אַז זיי ביידע האָט מען אומגעבראַכט צוזאַמען מיט די היגע ציגײַנער. איך ווייס ניט, ווי ווײַט מע קען זיך אויף דער מעשׂה פֿאַרלאָזן. איין זאַך איז זיכער — מע האָט זיי אַלעמען אומגעבראַכט.
באַזונדערס אָפֿט פֿלעגט מען בײַ אונדז רעדן וועגן ליזען. וועגן דעם, אַז ווען מע וואָלט זי דעמאָלט געלאָזט פֿאָרן צו מײַנע עלטערן… צו דעם האָט מען זיך אומגעקערט נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל. אַזוי אָפֿט, אַז איך האָב שטילערהייט ניט איין מאָל געוויינט, טראַכטנדיק וועגן מײַן שוועסטערקינד, וועלכע האָט געקענט וווינען ערגעץ לעבן אונדז, האָבן אַ משפּחה, קינדער. איך קען ניט זאָגן, אַז איך געדענק וועגן איר די גאַנצע צײַט, אָבער דעם 22סטן יוני דערמאָן איך זיך וועגן איר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.