דער באַגריף פֿון קאַנאָן איז ניט פּאָפּולער צװישן די הײַנטיקע טעאָרעטיקער פֿון ליעראַטור, בפֿרט אַזאַ מין קאַנאָן, װאָס באַטאָנט די בכורה פֿון דער „הױכער‟ קולטור. מען טענהט, אַז דאָס איז אַ כּלי פֿאַר אונטערדריקן מינאָריטעטן און פֿרױען דורך אָפּלײקענען זײער בײַטראָג אין קולטור. די װאָרצלען פֿון אַזאַ מין באַציִונג ליגן מסתּמא אינעם קאָלאָניאַלן שולד־קאָמפּלעקס, װאָס האָט אַ שטאַרקע װירקונג אױף דער ענגלישער און אַמעריקאַנער אינטעליגענץ. אַנדערש איז דער מצבֿ אין דער רוסישער קולטור. דער ״פּראָלעטאַרישער אינטערנאַציאָנאַליזם״ און אַנטי־קאָלאָניאַליזם זײַנען געװען די אידעאָלאָגישע עיקרים פֿון דער סאָװעטישער קולטור, הגם מען האָט זיך בײַ זײ ניט תּמיד געהאַלטן זײער שטרענג. אָבער די ביטולדיקע באַציִונג צו דער „בורזשואַזער‟ קולטור בכּלל און דעם מאָדערניזם בפֿרט איז געװען יאָ אַ יסוד פֿון דער סאָװעטישער „קולטורעלער רעװאָלוציע‟, אי אױף רוסיש, אי אױף אַנדערע שפּראַכן. הײַנט באַקומען די אַלטע סאָװעטישע אידעען אַ נײַעם גילגול בײַ די מערבֿדיקע קריטיקער פֿונעם קאַנאָנישן צוגאַנג צו ליטעראַטור.
דאָס נײַע בוך פֿונעם דיכטער, ראָמאַניסט און קריטיקער אָלעג יוריעװ איז אַ בולטער פּרוּװ זיך אַנטקעגנצושטעלן דער דאָזיקער טענדענץ און פֿאַרטײדיקן דעם פּאָעטישן קאַנאָן פֿונעם רוסישן מאָדערניזם. יוריעװ האָט אַ מאָל געזאָגט װעגן זיך, אַז ער איז „אַ רוסישער פּאַטריאָט, אַ ייִדישער נאַציאָנאַליסט און אַ דײַטשישער ליבעראַל‟. ער איז געבױרן געװאָרן אין לענינגראַד און װױנט שױן מער װי צװאַנציק יאָר אין פֿראַנקפֿורט. ער שרײַבט אױף רוסיש און דײַטש, און האָט זיך קונה שם געװען אין דער דײַטשישער לוטעראַרישער סבֿיבֿה.
יוריעװס נײַ בוך „אױסגעפֿילטע בלױזן‟ באַהאַנדלט דעם ענין פֿון אױפֿבױען אַ רוסישן פּאָעטישן קאַנאָן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. די סאָװעטישע תּקופֿה איז פֿאַר יוריעװן געװען, קודם־כּל, אַ מין לינגװיסטישער חורבן. די סאָװעטישע מאַכט האָט צעשטערט דעם שײנעם בנין פֿון דער רוסישער ליטעראַרישער שפּראַך, װאָס איז געבױט געװאָרן דורך די דורות רוסישע דיכטער און שרײַבער. יעדער עכטער דיכטער, האַלט יוריעװ, האַקט אױס אַ נײַעם פֿענצטער אין דער װאַנט פֿון שטומקײט אַרום אונדז, און עפֿנט אַ נײַ שטיקל לעבן. דװקא די דאָזיקע יחידישע שעפֿער באַזאָרגן זײער פֿאָלק מיט אַ נײַעם קוק אױף דעם מענטשן און דער אַרומיקער װעלט. אַזױ אַרום איז ליטעראַטור זייער נײטיק פֿאַרן קיום פֿונעם פֿאָלק, װײַל אָן איר פֿאַרלירט מען דעם חוש צום אָרט און צײַט.
עס איז גוט באַװוּסט, אַז די שטרענגע פּאַרטיייִשע השגחה האָט דערשטיקט די שעפֿערישע פֿרײַהײט פֿון דער סאָװעטישער ליטעראַטור. אָבער יוריעװ גײט װײַטער און זאָגט, אַז די, װאָס האָבן זיך אַנטגקעגנגעשטעלט דעם דאָזיקן דרוק, זײַנען אױך לרובֿ ניט געװען אָריגינעל, װײַל אַפֿילו זײ האָבן זיך ניט געקענט אַרױסרײַסן פֿונעם סדום־בעטל פֿונעם סאָװעטישן דיסקורס. בלױז געצײלטע יחידים זײַנען געװען בכּוח צו שאַפֿן עפּעס באמת נײַ און אָריגינעל, און דװקא זײ געהערן צו אָט דעם געהײמען קאַנאָן, װאָס ציט װײַטער די „גאָלדענע קײט‟ פֿון דער רוסישער ליטעראַטור.
אַװדאי, איז יוריעװס אױסקלײַב סוביעקטיװ. ער האָט זיך מודה געװען, אַז ער איז אַ „פּעטערבורגער שאָװיניסט‟ אינעם פּרט פֿון דער רוסישער פּאָעזיע, און דעריבער געהערן אַלע קאַנאָנישע פֿיגורן זײַנע צו דער פּעטערבורגער־לענינגראַדער ליטעראַרישער שיטה (זײַן בוך איז, אַגבֿ, אַרױס אין מאָסקװע). יוריעװן אינטערעסירן דערבײַ ניט די באַרימטע נעמען פֿון אָנערקענטע ליטעראַטן, נאָר דאָס, װאָס ער רופֿט „בלױזן‟, דאָס הײסט, װײניק-באַקאַנטע דיכטער, װאָס האָבן אונטערגעהאַטלן דעם פֿלאַם פֿון דער מאָדערניסטישער טראַדיציע אין די סאַמע ביטערע צײַטן פֿון סטאַלינס טעראָר און דער לענינגראַדער בלאָקאַדע בעת דער מלחמה.
צװישן די דאָזיקע פֿיגורן זײַנען דאָ צװײ ייִדן׃ אַליק ריװין און גענאַדי גאָר. װעגן דעם ערשטן װײסן מיר זײער װײניק, בלױז פֿון קנאַפּע זכרונות פֿון זײַנע מער באַרימטע מיטצײַטלער. ריװינס לידער האָבן זיך אָפּגעהיט על־פּי צופֿאַל, אָבער אַפֿילו דאָס, װאָס איז דערגאַנגען צו אונדז, װײַזט, אַז ער האָט פֿאַרמאָגט אַן אײגנאַריטק דיכטעריש קול. ריװין איז אױפֿגעװאַקסן אין מאָסקװע, אָבער מסתּמא גוט געקענט ייִדיש, און צומאָל פֿלעגט ער ארײַנװאַרפֿן אַ ייִדיש װערטל אין זײַן רוסיש ליד, כּדי צו שאַפֿן אַ ספּעציעלן פּאָעטישן עפֿעקט. מיט דעם איז ער געװען אַנדערש פֿון אַנדערע רוסיש־ייִדישע ליטעראַטן, װאָס האָבן זיך געסטאַרער צו שרײַבן אױף אַ „רײנעם‟ רוסיש. ריװין איז אױך געװען אַ גלענצידיקער איבערזעצער, און האָט „פֿאַררוסישט‟ אַ פֿראַגמענט פֿון משה קולבאַקס פּאָעמע „רײַסן‟. קײן זיכערע פּרנסה האָט ער קײן מאָל ניט געהאַט, און צומאָל פֿלעגט ער פֿאַרדינען דורכן פֿאַרקױפֿן היימלאָזע קעץ פֿאַר װיסנשאַפֿלטלעכע עקספּערימענטן. ער איז נעלם געװאָרן — און מין־הסתּם אומגעקומע— בעת דער בלאָקאַדע.
דער נאָמען פֿון גענאַדי גאָר איז, פֿאַרקערט, גוט באַקאַנט יעדן, ווער ס‘האָט קינדװײַז געלײענט די סאָװעטישע װיסנשאַפֿטלעכע פֿאַנטאַסטיק. אָבער בעת דער לענינגראַדער בלאָקאַדע האָט גאָר געשריבן לידער, װאָס שפּיגלען אָפּ דעם אַרומיקן גיהנום דורך װילד־אַבסורדיסטישע אימאַזשן. קײן אַנדער דיכטאָר האָט ניט פֿאַרמאָגט אַזאַ מין כּוח־הדמיון, װאָס זאָל פֿאַרקערפּערן דעם שרעק פֿון דער טאָג־טעגלעכער עקזיסטענץ צװישן לעבן און טױט. שפּעטער האָט זיך גאָר אַלײן איבערגעשראָקן פֿון דעם, װאָס ער האָט אָנגעשריבן, און האָט קײנעם ניט געװיזן יענע לידער.
יוריעװ איז אַ לײַדנשאַפֿטלעכער קריטיקער, אַן אױפֿמערקזאַמער לײענער און אַ פּערפֿעקטער סטיליסט. זײַנע אָפּשאַצונגען זײַנען קאַטעגאָריש און סוביעקטיװ, אָבער זײַנע אַרגומענטן זײַנען קלאָר און גוט דורכגעטראַכט. אַ קריטיקער פֿון אַזאַ שניט איז אַ מוז–פֿיגור פֿאַר יעדער לעבעדיקער ליטעראַטור. דאָס איז דאָך אַ נײטיקע זאַך אױך פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור. עס פֿעלט אונדז אַ היסטאָרישע קריטיק, װאָס זאָל אָפּשאַצן דאָס ליטעראַרישע װערק ניט לױט זײער נאַציאָנאַלן אָדער עטישן װערט, נאָר לױט זײער בײַטראָג צו דער אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער שפּראַך, לױט דעם, װי װײַט זײ האָבן פֿאַרטיפֿט דעם ייִדישן װעלטבאַנעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.