טאָפּאַנגע, שטאַט קאַליפֿאָרניע. — די מוזיקאַנטן, וואָס שפּילן די „וועלט-מוזיק‟, שפּילן זעלטן צוזאַמען מיט די ראָק-גרופּעס. מיט 15 יאָר צוריק, האָט כאַני נאַסער, געשאַפֿן זײַן אייגענעם ראָק-סטיל, ווען ער איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ חידושדיקער ווערסיע פֿונעם ליד „Blister in the Sun‟, שפּילנדיק אויף אַן אוד — אַ נאַציאָנאַלער אַראַבישער סטרונע-אינסטרומענט — צוזאַמען מיט דער גרופּע „Violent Femmes‟ אין רעד-ראָקס, שטאַט קאָלאָראַדאָ.
אין מײַ, ווען די גרופּע האָט זיך ווידער פֿאַראייניקט בעת דעם מוזיק-פֿעסטיוואַל „באָטלראָק‟ אין נאַפּאַ-וואַלי, שטאַט קאַליפֿאָרניע, האָט נאַסער ווידער אויפֿגעטראָטן מיטן זעלבן ליד צוזאַמען מיטן זינגער גאָרדאָן גאַנאָ. דאָס מאָל האָט ער געשפּילט אויף אַ האַלט־פּויק.
מיט זײַנע נאַציאָנאַלע אינסטרומענטן, האָט נאַסער געשפּילט צוזאַמען מיט אַזעלכע באַקאַנטע מוזיקאַנטן און גרופּעס, ווי רײַ קודער, באָני רײַט און „סאַנטאַנאַ‟. אַחוץ זײַן מוזיקאַלישער קאַריערע, איז ער אויך באַקאַנט ווי אַ מענטש, וועלכער האָט זיך באַטייליקט אין אַ ריי וויכטיקע שלום-איניציאַטיוון אויפֿן מיטל־מיזרח. צוזאַמען מיטן ישׂראלדיקן זינגער דוד ברוזה, האָט ער געשפּילט אין אַ סך ערטער אין ישׂראל; אינעם יאָר 2011, האָט ער זיך באַטייליקט אין אַ קאָנצערט בײַ דער שיל „סיני-טעמפּל‟ אין לאָס-אַנדזשעלעס. מע האָט אַפֿילו פֿאַרבעטן ברוזה און נאַסער צו שפּילן לכּבֿוד דעם שלום-אָפּמאַך צווישן ישׂראל און יאָרדאַניע; דער יאָרדאַנישער קיניג כוסיין איז געקומען אויפֿן קאָנצערט; יצחק ראַבין, דער ישׂראלדיקער פּרעמיער-מיניסטער, האָט אויך פּלאַנירט צו קומען, אָבער דערשאָסן געוואָרן.
ברוזה האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז נאַסער איז אַ האַרציקער מענטש, וועלכער איז טיף פֿאַרזאָרגט וועגן דעם שלום אין דער גאַנצער וועלט. אין זײַן מוזיק, האָט דערקלערט דער ישׂראלדיקער מוזיקאַנט, מישט ער צונויף אַראַבישע און מערבֿדיקע עלעמענטן.
נאַסער איז געבוירן געוואָרן אין אַ קריסטלעכער משפּחה, אינעם דאָרף ערמאַמין, יאָרדאַניע. לויט די משפּחה-לעגענדעס, שטאַמט ער פֿון ייִדן, וועלכע האָבן אָנגענומען די קריסטלעכע רעליגיע אַ סך דורות צוריק. ווען ער איז געווען אַ קליין קינד, בלויז 7 חדשים אַלט, האָבן זײַנע עלטערן זיך באַזעצט אין ניו-יאָרק.
נאַסער האָט קיינמאָל נישט באַקומען קיין פֿאָרמעלע מוזיקאַלישע בילדונג. זײַענדיק אַ 7־יאָריק קינד, האָט ער זיך אַליין אויסגעלערנט צו שפּילן דעם אוד — אַן אַלטן אינסטרומענט, וועלכן זײַן מאַמע האָט מיטגעבראַכט פֿון יאָרדאַניע קיין אַמעריקע. ער שפּילט נאָך אַלץ יעדן טאָג אויף דעם זעלבן 70־יאָריקן אינסטרומענט אין זײַן הויז. הײַנט וווינט נאַסער אין טאָפּאַנגאַ קאַניאָן — אַ באַרגיקע שיינע געגנט לעבן לאָס-אַנדזשעלעס.
דער מוזיקאַנט האָט געזאָגט, אַז ער אינטערעסירט זיך נישט אינגאַנצן מיט פּאָליטיק; ער האַלט אָבער, אַז מוזיק קאָן פֿאַראייניקן מענטשן און העלפֿן זיי צו פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן. בעתן שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט ער געוויזן זײַן האַנט-פּויק מיטן אויפֿשריפֿט „שלום דורך מוזיק‟.
ווען די ייִט״אַ האָט געפֿרעגט נאַסערן, וואָס ער מיינט וועגן דעם לאַנגן און שווערן שלום-פּראָצעס אויפֿן מיטל-מיזרח, האָט ער געענטפֿערט, אַז אין יענער תּקופֿה, ווען מע האָט אים פֿאַרבעטן צו שפּילן פֿאַרן קיניג כוסיין און יצחק ראַבינען, איז געווען אַ געלעגנהייט צו דערגרייכן שלום, לויט זײַן מיינונג. „און אַז דו ווייסט — עפּעס איז אַמאָל געווען מעגלעך, ווייסטו, אַז דאָס קאָן ווידער געשען‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.