מיט קאַסקעס אין די הענט, האָט אַ מאַן מיטן נאָמען יוחן און זײַנע זעקס חבֿרים שפּאַצירט אַרום דעם 20סטן אַראָנדיזמאָן. זיי האָבן אויסגעזען ווי אַ גרופּע פֿראַנצייזישע סטודענטן, ביז ס‘איז אַנטקעגנגעקומען אַ גרופּע אַראַבער, וועלכע זיי האָבן חושד געווען אין אַן אַנטיסעמיטישן אַטאַק מיט אַ טאָג פֿריִער. ניצנדיק זייערע קאַסקעס האָבן זיי אָנגעשלאָגן די אַראַבער, און ווען עטלעכע האָבן געפּרוּווט אַוועקפֿאָרן אין אַן אויטאָ, זענען זיי אים נאָכגעלאָפֿן, און דער אויטאָ האָט אַרײַנגעקראַכט אין אַ שטיינערנער וואַנט.
דער אַטאַק איז פֿאָרגעקומען אין אויגוסט 2012 בשעת אַ טעלעוויזע־עקיפּאַזש האָט פֿילמירט אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דער „ליגע פֿאַר ייִדישער פֿאַרטיידיקונג‟ — LDJ. זינט 2001, בשעת די גרופּע האָט זיך אָרגאַניזירט, ציילט מען 115 אַזוינע אינצידענטן מיט בלוט־פֿאַרגיסונג. אין דער זעלבער צײַט, איז געוואַקסן די צאָל אַנטיסעמיטישע.
„איצט פֿאַרשטייען זיי וויפֿל עס קאָסט ייִדיש בלוט‟, האָט געזאָגט יוחן, דער פּסעוודאָנים פֿון יוסף אַײַיִאַטש, איינער פֿון די אָנפֿירער פֿון דער גרופּע, וואָס איז אַ צווײַג פֿון דער אַמעריקאַנער „ייִדישער פֿאַרטיידיקונג־ליגע‟, געגרינדעט אין ניו־יאָרק פֿונעם עקסטרעם־נאַציאָנאַליסט הרבֿ מאיר כּהנא אין 1968. דער „עפֿ־בי־אײַ‟ באַטראַכט די „ייִדישע פֿאַרטיידיקונג־ליגע‟ ווי אַ טעראָריסטישע גרופּע.
אַן ערך 300 מיטגלידער געהערן צו דער „ייִדישער פֿאַרטיידיקונג־ליגע‟, און די ייִדיש־פֿראַנצייזישע מאה־דעה האָט פֿאַרדאַמט אירע אַקטיוויטעטן. אין ישׂראל האָט מען באַשטימט, אַז די „כ״ך־פּאַרטיי‟, געגרינדעט פֿון כּהנא, איז דאָרטן אומלעגאַל, אָבער די פֿראַנצייזישע רעגירונג, דערווײַל, האָט נאָך אָפֿיציעל נישט „אַרויפֿגעלייגט אַ חרם‟ אויף דער גרופּע אין פֿראַנקרײַך.
געוויינטלעך, האַלט זיך ווײַט „די ייִדישער פֿאַרטיידיקונג־ליגע‟ פֿונעם מעדיאַ, אָבער נאָך דעם, ווי פֿיר ייִדן זענען דערהרגעט געוואָרן אין טולוז פֿאַר אַ יאָרן פֿון אַ מוסולמענישן עקסטרעמיסט, האָט די ייִדישע גרופּע דערלויבט אַ טעלעוויזיע־עקיפּאַזש צו באַגלייטן זי אויף עטלעכע „שליחותן‟.
„די מוסולמענער קהילה האַלט, אַז ׳די ייִדישע פֿאַרטיידיקונג־ליגע‘ איז אַ ריזיקע מאַשין מיט דער הילף פֿונעם ׳מוסד‘‟, האָט דערציילט אמנון כּהן, אַ פֿאָרשטייער פֿאַר דער גרופּע. „ס‘איז נישט אמת, אָבער זאָלן זיי אַזוי גלייבן, אויב עס שרעקט זיי איבער. זיי וועלן שוין איבערטראַכטן זייערע פּלענער‟.
אין אַפּריל האָט דער פּרעזידענט פֿון דער הויפּט־ייִדישער אָרגאַניזאַציע אין פֿראַנקרײַך, רישאַר פּראַסקיע, דערקלערט, אַז ער וועט גיין אין געריכט אָנקלאָגן „די ייִדישע פֿאַרטיידיקונג־ליגע‟, צוליב אַ פֿאָטאָגראַפֿיע וואָס די „ליגע‟ האָט פֿאַרשפּרייט, ער שטייט מיטן פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס. די אונטערשריפֿט דערקלערט: „ער איז מוחל אַ מערדער‟.
אָנהייב יוני האָט „די ייִדישער פֿאַרטיידיקונג־ליגע‟, מודיע געווען, אַז אירע „סאָלדאַטן‟ האָבן אָנבאַגראָבן אַ יונגן אַראַבער, וועלכער ליגט איצט אין אַ קאָמע אין אַ שפּיטאָל. דאָס איז געווען אַ רעאַקציע, שרײַבן זיי, אויף זײַן אַטאַק אויף ייִדן אין סאַן־מאַנד, אויף מיזרח פֿון פּאַריז. נאָך דער מעלדונג האָט זיך געהערט אַ שטאַרקערער רוף צו פֿאַרווערן די גרופּע. דאָס פֿרײַנצייזיש געריכט האָט יענע וואָך פֿאַרמישפּט דוד בן אַראָטש פֿון דער „ליגע‟ אויף זעקס חדשים פֿאַר זײַן באַטייליקונג אין אַן אַטאַק אויף אַ פּאַריזער ביכערקראָם, וואָס איר באַלעבאָס איז אַ פּראָ־פּאַלעסטינער אַקטיוויסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.