הראל דבוש [דאַבוש] איז אַ 5־יאָריק ייִנגעלע פֿון באר־שבֿע, וואָס איז מיט עטלעכע חדשים צוריק געקומען קיין אַמעריקע מיט זײַן מאַמען. אַז מע רעדט צו אים אויף העברעיִש, ענטפֿערט ער מיט אַ וואַרעמען שמייכל, און ווי אַלע ייִנגלעך אין זײַנע יאָרן, האָט ער ליב זיך צו שפּילן און אַרומצולויפֿן.
די סיבה פֿאַר זייער אײַנשטיין דאָ איז אָבער נישט צוליב וואַקאַציע אָדער אַרבעט, נאָר ווײַל הראל לײַדט פֿון נעווראָבלאַסטאָמע, אַ זעלטענער ראַק, און די משפּחה האָט געהערט, אַז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן קאָן ער באַקומען אַ געוויסע מעדיצינישע באַהאַנדלונג, וואָס וועט אים אפֿשר אויסהיילן.
הראל איז לעצטנס געווען דער ערן־גאַסט אויף אַ בענעפֿיט אין ניו־יאָרק, צו זאַמלען געלט פֿאַר די ייִנגסטע ישׂראלדיקע ראַק־פּאַציענטן. דער בענעפֿיט, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון דער אָרגאַניזאַציע, Larger Than Life, איז געווען אַ גרויסער סוקצעס, צוציִענדיק מער ווי 500 מענטשן, און שאַפֿנדיק $100,000.
Larger than Life פֿאַרנעמט זיך מיט אַ ריי אַקטיוויטעטן צו העלפֿן די קינדער און זייערע משפּחות: זי דעקט די הוצאָות פֿאַר זייער מעדיצינישער באַהאַנדלונג און געפֿינט וואָלונטירן, בײַ וועמען זיי קענען אײַנשטיין בעת זייער וויזיט; צוויי מאָל אַ יאָר ברענגט מען אַ גרופּע פֿון זיי, באַגלייט פֿון מעדיצינישע פּראָפֿעסיאָנאַלן, אויף עקסקורסיעס אין „דיסני־וווּרלד‟ אין אָרלאַנדאָ, פֿלאָרידע, אָדער „דיסני־לאַנד‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס.
די אָרגאַניזאַציע פֿירט אויך אָן מיט אַ זומער־לאַגער לעבן חיפֿה; מיט שטיצגרופּעס פֿאַר עלטערן; בויט שפּילצימערן אין שפּיטאָלן, און שענקט iPads פֿאַר די קינדער, וועלכע מוזן בלײַבן אין שפּיטאָל אַ לענגערע צײַט.
ערשט מיט אַ חודש צוריק האָט Larger than Life געלייגט דעם גרונטשטיין פֿאַרן ערשטן גן (פֿאָרשול) פֿאַר קינדער מיט ראַק, נישט ווײַט פֿונעם שפּיטאָל אין תּל־השומר. דערווײַל האָט מען שוין געזאַמלט כּמעט אַ מיליאָן דאָלאַר פֿאַר דעם צוועק.
בשעת דער חדשים־לאַנגער באַהאַנדלונג אינעם „פֿילאַדעלפֿיער קינדער־שפּיטאָל‟, שטייט די דבוש־משפּחה אײַן אין דער שטוב פֿון אַ וואָלונטיר אין טשערי־היל, ניו־דזשערזי. אַ צווייט קינד באַהאַנדלט מען איצט אין אַ שפּיטאָל אין באָסטאָן, און די וואָך איז אַ דריט קינד אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק אויף באַהאַנדלונג.
הגם Larger Than Life אָרגאַניזירט בערך פֿינף בענעפֿיטן אַ יאָר; דער לעצטער איז געווען ספּעציעל אינטערעסאַנט, ווײַל די מנדבֿים זענען נישט געווען די געוויינטלעכע פֿאַרמעגלעכע מיטל־יאָריקע ייִדן, נאָר יונגע פּראָפֿעסיאָנאַלן אין די 20ער און 30ער, ס׳רובֿ פֿון זיי — ישׂראלים. אָבסערוואַטאָרן אויף דער ייִדישער גאַס טענהן געוויינטלעך, אַז ס׳איז נישט גרינג צוצוציִען דעם יונגן דור, בפֿרט די ישׂראלים, צו שטיצן ייִדישע צוועקן, אָבער דער בענעפֿיט פֿונעם 12טן יוני האָט באַוויזן, אַז ס׳איז נישט אַזוי.
די הצלחה פֿונעם בענעפֿיט קאָן, צום טייל, דערקלערט ווערן דורך דעם, וואָס די אָרגאַניזאַטאָרן זענען אַליין געווען יונגע פּראָפֿעסיאָנאַלן. עמיר שריקי און גיל גיבלי, וועלכע אַרבעטן אין גרונט־מסחר, און ליורה גורעוויץ, אַ פֿאַרזאַמלונג־פּלאַנירערין, האָבן געטאָן די גרונט־אַרבעט, און אַ קאָמיטעט פֿון איבער 30 אַנדערע יונגע וואָלונטירן האָבן רעקלאַמירט די אונטערנעמונג דורכן „פֿייסבוק‟ און פֿאַרשידענע אַנדערע מיטלען פֿון דער סאָציאַלער מעדיאַ.
„ס’איז אַ וווּנדערלעכער אופֿן צו טאָן חסד,‟ האָט גורעוויץ באַמערקט. „אונדזערע וואָלונטירן האָבן טאַקע אַ סך געהאָלפֿן, ווײַל יעדער האָט געבראַכט זײַנע פֿרײַנד און אַנדערע קאָנטאַקטן.‟
דער בענעפֿיט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם „קלוב אַרענאַ‟ אין מאַנהעטן, איז געווען געווידמעט דער טעמע, „זײַט אַ קינד אויף איין נאַכט‟. מע האָט אויסגעשטאַט דעם זאַל מיט פֿאַרשידענע פֿאַרווײַלונגען: ווידעאָ־שפּילן, וווּ דער גאַסט באַטייליקט זיך אין אויטאָ־פֿאַרמעסטן אָדער ספּאָרטמאַטשן; אַ פֿאָטאָ־בודקע, וווּ מע קען זיך אַליין פֿאָטאָגראַפֿירן; און עסנוואַרג, סערווירט אין קליינע קינדער־פּאָרציעס, ווי מיני־פּיצעס, מיני־שניטקעס, ווי אויך שיינע, פֿילפֿאַרביקע צוקערלעך און פֿריש־געקאָכטע קאָקאָשעס.
„אונדזער הויפּטציל איז געווען צו דערמאָנען די געסט ווי שיין עס איז זיך אויסצולעבן ווי אַ קינד,‟ האָט גורעוויץ געזאָגט. „אָבער גלײַכצײַטיק האָבן מיר געוואָלט באַטאָנען, אַז ווען די קראַנקע קינדער ליגן אין שפּיטאָל און מע מאַכט זיי די אַלע מעדיצינישע פּראָצעדורן, האָבן זיי נישט קיין געלעגנהייט פּשוט צו ׳זײַן אַ קינד׳. מיר דאַכט זיך, אַז אונדזערע געסט האָבן דאָס גוט פֿאַרשטאַנען.‟
אַ רירנדיקער מאָמענט איז פֿאָרגעקומען, ווען מע האָט פֿאַרזאַמלט דעם עולם, און ס׳איז אויפֿגעטראָטן הראל דבוש מיט זײַן מאַמען, אַבֿיגיל. „וווּ איך גיי, דערצייל איך מענטשן, ווי שווער עס איז אונדז געוואָרן, זינט מע האָט אַנטדעקט דעם ראַק בײַ אונדזער זון; ווי אַזוי אין איין טאָג האָט אונדזער לעבן זיך אַזוי שטאַרק געביטן,‟ האָט אַבֿיגל דבוש געזאָגט, שטיקנדיק זיך מיט טרערן. „מיט אַ יאָר פֿריִער בין איך געווען איינע פֿון אײַך, און געגעבן בײַשטײַער פֿאַר Larger Than Life. איצט בין איך דאָ, בעטנדיק געלט בײַ אײַך.‟ נאָך איר אַפּעל, האָבן אַ לאַנגע ריי געסט זיך געשטעלט פֿאַרן מיקראָפֿאָן, צו מעלדן אַ בײַשטײַער. אַ טייל האָבן געגעבן אין די הונדערטער; אַנדערע — אין די טויזנטער.
אַבֿי כּהן, דער פֿאָרזיצער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט געזאָגט, אַז ווען ער דערציילט די ישׂראלים, וואָס וווינען אַפֿילו צענדליקער יאָרן שוין אין אַמעריקע וועגן דער אָרגאַניזאַציע, פֿרעגן זיי גלײַך, וואָס קענען זיי טאָן צו העלפֿן.
בײַם לעצטן בענעפֿיט, איז צו אים טאַקע צוגעקומען אַ ישׂראלי, וואָס פֿאַרמאָגט אַ טעקסי־פֿירמע אין ניו־יאָרק. „הער זיך אײַן, אַבֿי — האָט ער געזאָגט — איך האָב בײַ מיר לימוזינען. אויב דו ווילסט, אַז איינער פֿון מײַנע שאָפֿערן זאָל פֿירן אַ קינד איבער דער שטאָט מיטן לימאָ, קלינג מיר אָן. כ׳בעט דיך, אַבֿי, כ׳וויל העלפֿן, ניץ מיך אויס…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.