עד־היום קען מען הערן אַ דעה, אַז אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט מען נאָך דער מלחמה ניט געטאָרט שרײַבן װעגן ייִדן. געװײנטלעך, האָבן די דאָזיקע מבֿינים קײן מאָל ניט געהערט דעם נאָמען פֿון גריגאָרי קאַנאָװיטש. אמת, זײַנע װערק האָט מען כּמעט ניט געדרוקט אין די צענטראַלע מאָסקװער פֿאַרלאַגן, אָבער אין ליטע האָט מען זײ יאָ געקאָנט קריגן. קאַנאָװיטש איז געװען אַ יוצא־דופֿן אין דער סאָװעטישער רוסישער ליטעראַטור, ניט בלױז װײַל ער האָט געשריבן לרובֿ װעגן ייִדישן לעבן, נאָר אױך װײַל ער האָט דאָס דאָזיקע לעבן זײער גוט געקענט.
רוסיש איז קאַנאָװיטשס דריטע שפּראַך, נאָך ייִדיש און ליטװיש. אין אײנעם אַן אינטערװיו האָט ער געזאָגט, אַז זײַנע װערק געהערן צו דער רוסישער ליטעראַטור, הגם זײַנע טעמעס זײַנען ייִדישע. אײניקע קריטיקער האַלטן פֿאַרקערט, אַז קאַנאָװטש איז אַ (אָדער אַפֿילו „דער‟) פֿאָרשטײער פֿון אַ באַזונדערער „רוסיש־ייִדישער‟ ליטעראַטור, כאָטש עס בלײַבט ניט אין גאַנצן קלאָר, װי אַזױ מען קאָן דעפֿינירן אַזאַ מין באַגריף.
װי עס זאָל ניט זײַן, האָט זיך קאַנאָװיטש קונה־שם געװען אין די 1970ער יאָרן מיט זײַן ערשטן ראָמאַן, „פֿײגל איבערן בית־עולם‟. זינט דעמאָלט בלײַבט ער געטרײַ דער טעמע פֿון ליטװישן ייִדנטום, װאָס איז ענג איבערגעפֿלאָכטן מיט זײַן אײגענעם גורל. דער נײַער ראָמאַן זײַנער, „אַ שטעטלדיקער ראָמאַנס‟, געהערט אױך צו דער דאָזיקער „הײמישער‟ סעריע, װאָס איז געבױט אַרום זײַן משפּחה און זײַן שטאָט יאַנאָװע (יאָנאַװאַ אױף ליטװיש) ניט װײַט פֿון קאָװנע. װען מען לײענט איבער אָט דעם דאָזיקן ציקל זײַנעם, װאָס ער האַלט אין אײן שרײַבן שױן אין משך פֿון העכער װי פֿערציק יאָר, חידושט מען זיך, װי אַזױ האָט ער געקאָנט אױסהאַלטן זײַן אײגנאַרטיקן דערצײלערישן סטיל און נוסח אין משך פֿון אָט דער גאַנצער צײַט, ניט געקוקט אױף די אַלע דראַמאַטישע ענדערונגען: די מפּלה פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, דער אױפֿקום פֿון אומאָפּהענגיקער ליטע, עליה קײן ישׂראל.
דער נײַער ראָמאַן ברענגט דעם לײענער צוריק צו דעם אָנהײב פֿונעם מחברס לעבן. אינעם ערשטן טײל שילדערט ער דאָס לעבן פֿון זײַנע עלטערן פֿאַר זײַן געבורט, און דערנאָך נעמט דער יונגער אױטאָביאָגראַפֿישער העלד איבער דעם פֿאָדעם פֿון דער דערצײלונג. די צענטראַלע טעמע פֿונעם גאַנצן בוך איז ליבע — צװישן מאַן און פֿרױ, צװישן עלטערן און קינדער, און צװישן דעם מחבר און זײַן שטעטל. קאַנאָװיטש פֿירט זײַן דערצײלונג פּאַמעלעך, מיט אַ סך פּרטים, אָבער אָן איבעריקע קונצן און חכמות. דאָס איז אַן אידילישע געשיכטע פֿון אַן אָרעמער משפּחה פֿון ייִדישע בעל־מלאכות — שוסטערס און שנײַדערס, מיט אירע קלײנע שׂימחות און גרויסע צרות.
דערבײַ אָבער װײסן מיר, די הײַנטיקע לײענער, דעם טראַגישן סוף פֿונעם דאָזיקן לעבן. דאָס גיט דער גאַנצער געשיכטע צו אַן אַנדערע דימענסיע. די פּערסאָנאַזשן פֿונעם ראָמאַן לעבן אין זײער קלײנעם װעלטעלע און האָבן ניט קײן אינטערעס צו דעם, װאָס עס קומט פֿאָר אין דער גרױסער װעלט אַרום זײ. זײ האָבן אױך ניט קײן אַנונג, אַז אין אַ פּאָר יאָר אַרום װעט זײער װעלטעלע, מיט אַלע קלײנע טאָג־טעגלעכע דאגות, שׂימחות און צרות, אױסגעמעקט װערן פֿון דער וועלט אָן קײן שום שפּור.
קאַנאָװיטשס שרײַבערישער אופֿן איז אַרײַנצוטאָן דעם לײענער טיף אינעם שטראָם פֿון דער שטעטלדיקער טאָג־טעגלעכקײט, צו לאָזן אים דערשמעקן דעם טעם פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. אָבער עס איז אױך ניט קײן צופֿאַל, װאָס דער אימאַזש פֿון בית־עולם חזרט זיך איבער גאַנץ אָפֿט אין זײַנע װערק. װי אַ קינד קאָן ניט פֿאַרשטײן, פֿאַרװאָס די אױפֿשריפֿטן אױף די מצבֿות זײַנען אַזױ קורץ און שפּאָרעװדיק. זײַנע ראָמאַנען קען מען לײענען װי אַ לאַנגע עפּישע מצבֿה, װאָס דערצײלט װעגן דעם אַמאָליקן ליטװישן ייִדנטום דורך דער געשיכטע פֿון זײַן משפּחה.
איצט איז דער ענין פֿונעם חורבן זײער אַ הײסע טעמע אין דער ליטװישער רעפּובליק. די ליטװישע נאַציאָנאַליסטן, װאָס שפּילן אַ װיכטיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער ליטװישער פּאָליטיק, זײַנען אַרױס מיט אַ טעאָריע פֿון אַ „טאָפּלטן גענאָציד‟: צוערשט, האָבן די סאָװעטישע קאָמוניסטן, און ייִדן בתוכם, אומגעבראַכט און דעפּאָרטירט די ליטװינער, און דערנאָך זײַנען געקומען די דײַטשישע נאַציסטן און האָבן דערהרגעט די ייִדן. אײניקע ליטװינער האָבן זײ מיטגעהאָלפֿן, װײַל זײ האָבן אַזױ גענומען נקמה פֿאַרן סאָװעטישן טעראָר. אַזױ אַרום װערן בײדע זײַטן מער־װײניקער קװיט: אַלע האָבן געליטן, אָבער אַלע האָבן אױך מיטגעהאָלפֿן די אָקופּאַנטן. אין די אױגן פֿון אײניקע אַמעריקאַנער ייִדן זײַנעּן כּמעט אַלע ליטװינער שולדיק אינעם חורבן, און אפֿשר נאָך מער װי די נאַציס, װײַל אָן זײער הילף װאָלטן די נאַציסטן ניט געװען בכּוח אױסצוהרגענען אַזױ פֿיל מענטשן.
דער דאָזיקער סיכסוך האָט ניט קײן לײזונג, װײַל בײדע צדדים האָבן אײגענע פּאָליטישע אינטערעסן. אָבער אױב מען װיל טאַקע יאָ פֿאַרשטײן די דאָזיקע טראַגישע געשיכטע, איז, קודם־כּל, כּדאַי איבערצולײענען קאַנאָװיטשס ראָמאַנען. אים איז געלונגען קינסטלעריש צו שילדערן די ביז גאָר פֿאַרשידענע פּאָזיציעס דורך די שטימען פֿון פֿאַרשידענע געשטאַלטן. יעדע געשטאַלט האָט אַן אײגענעם װעלטבאַנעם און טראָגט מיט זיך אַ געװיסן װעלטבאַנעם. צװישן די יאַנאָװער תּושבֿים זײַנען דאָ רײַכע און אָרעמע, פֿרומע און װעלטלעכע, קאָמוניסטן און קאַפּיטאַליסטן, ייִדן און ליטװינער. עס זײַנען ניטאָ קײן שאַרפֿע קאָנפֿליקטן אינעם שטעטל, אַלע לעבן בשלום. אָבער מען זעט בפֿירוש, װי די שפּאַנונגען װערן אַלץ שטאַרקער, און סוף־כּל־סוף, װעלן זײ אױפֿרײַסן דעם אַלטן שטילן לעבנס־שטײגער.
„אַ שטעטלדיקער ראָמאַנס‟ איז אַ משפּחה־אידיליע, װאָס לאָזט זיך אױס אין אַ טראַגעדיע. דאָס איז אײנער פֿון די בעסטע מוסטערן פֿונעם ייִדישן אױטאָביאָגראַפֿישן זשאַנער, און ציט װײַטער די טראַדיציע פֿון מענדעלע, שלום־עליכם און פּרץ. דערבײַ פּאַסט דאָס בוך זײער נאַטירלעך אַרײַן אױך אין דער רוסישער ליטעראַרישער טראַדיציע פֿון אױטאָביאָגראַפֿיע. דער דאָזיקער צונויפֿשמעלץ צװישן דער ייִדישער און רוסישער ליטעראַטור שאַפֿט אַ בולטן ליטעראַרישן עפֿעקט. פֿונעם רוסישן צד האָט קאַנאָװיטש גענומען דעם געלאַסענעם, אַ ביסל נאַיִװן אידילישן טאָן, כּלומרשט, עס גײט דאָ די רײד װעגן אַ גליקלעכער קינדהײט אױף אַ פּריצישן מאַיאָנטיק אינעם 19טן יאָרהונדערט. אָבער די ייִדישע טראַגעדיע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט בלײַבט תּמיד אינעם הינטערגרונט און קומט אַרױס אויף דער אײבערפֿלאַך צום סוף פֿונעם ראָמאַן. דער גן־עדן װעט זיך פּלוצעם פֿאַרװאַנדלען אין אַ גיהנום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.