נישט לאַנג צוריק האָט די אַמעריקאַנער פֿירמע „JC Penney‟ אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן אַ טשײַניק, וואָס אַ טייל מענטשן האָבן אין אים אײַנגעזען היטלערס פּנים. דאָס אויסזען פֿון דער סחורה האָט אַרויסגערופֿן אַ מהומה. עס קאָן אָבער זײַן, אַז דאָס דאָזיקע מהומה מיטן „האַקן אַ טשײַניק‟ איז מער ווי אַ נאַרישקייט, נאָר אַ סימן פֿון אַ מערקווירדיקן פֿענאָמען.
אין די לעצטע יאָרן, האָט זיך אין דער וועלט פֿאַרשפּרייט אַ גאַנצע ריי נײַעס וועגן פֿאַרשיידענע אומגעוויינטלעכע אָביעקטן, אין וועלכע מענטשן האָבן „דערקענט‟ דאָס פּנים פֿונעם נאַצי-דיקטאַטאָר. אינעם יאָר 2011, האָט די הויפּטשטראָמיקע מעדיע פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סענסאַציע-באַריכט וועגן קעץ, פֿיש, זשוקעס און אַפֿילו אַ הויז, וואָס זעען אויס ווי היטלער. דער עולם האָט עס, בדרך-כּלל, אויפֿגענומען הומאָריסטיש. אַ צאָל בילדער פֿון אַזעלכע אָביעקטן זענען פּובליקירט געוואָרן אויף די הינטערשטע זײַטן פֿון אייראָפּעיִשע און אַמעריקאַנער טאַבלאָיִד-צײַטונגען. אַזעלכע גרויסע נײַעס-אָרגאַניזאַציעס, ווי „CNN‟, האָבן אָבער אויך דערציילט וועגן דעם פֿענאָמען.
פֿאַרוואָס זענען אַזעלכע „וויזיעס פֿון היטלער‟ געוואָרן פּאָפּולער? די זשורנאַליסטן האָבן פֿאָרגעלייגט פֿאַרשיידענע טעאָריעס. דערעק טאָמספּסאָן האָט זיך משער געווען אינעם זשורנאַל „אַטלאַנטיק‟, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט פּאַריידאָליע — די טענדענץ פֿונעם מענטשלעכן מוח צו דערקענען באַקאַנטע געשטאַלטן אין אַבסטראַקטע צורות: צום בײַשפּיל, צו זען העזעלעך אין די פֿאָרעמס פֿון די וואָלקנס. דער פּסיכאָלאָגישער „ראָרשאַך-טעסט‟ איז באַגרינדעט אויף דעם דאָזיקן פֿענאָמען.
די מענטשן האָבן אויך אַ נטיה צו אַנטראָפּאָמאָרפֿיזם — צו זען כּמו-מענטשלעכע געשטאַלטן אין דער אַרומיקער וועלט, ווי מע זעט אין דזשוזעפּע אַרקימבאָלדאָס רענעסאַנס-„פּאָרטרעטן‟ פֿון גרינסן, אָדער אין די מעשׂיות פֿון מענטשן, וועלכע האָבן דערזען יעזוסן אינעם צעריבענעם קעז פֿון אַ סענדוויטש. נישט געקוקט אויף די דאָזיקע פּסיכאָלאָגישע דערקלערונגען, פֿרעגט זיך אַ קשיא: פֿאַרוואָס האָבן זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייט נײַעס דווקא וועגן „וויזיעס‟ פֿון היטלער, און נישט אַן אַנדער פּערסאָנאַזש?
ס׳איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז פֿאַר דער כוואַליע פֿון די „וויזיעס‟ האָבן זיך אויף דער אינטערנעץ פֿאַרשפּרייט פֿאַרשיידענע „מעמס‟ — פּאָפּולערע סימבאָלן, אַזעלכע ווי די באַקאַנטע אַברעוויאַטור „LOL‟, וואָס מיינט „ממש אַ געלעכטער‟ — וואָס האָבן געהאַט צו טאָן מיט היטלער. דער נאַצי-פֿירער האָט זיך באַוויזן אין אַ ריי נאַרישע שפּילערײַען און ווידעאָ-קליפּן. די אינטערנעץ-געשטאַלטן האָבן אַלעמאָל געהאַט אַ הומאָריסטישן טעם. פֿאַרשיידענע איראָנישע שפּאַסן, פּאַראָדיעס און סאַטירישע באַמערקונגען האָבן אויסגענוצט הילטערס ירושה ווי אַ קוואַל פֿון געלעכטער.
אָנהייבנדיקן פֿונעם יאָר 2006, האָבן זיך אויפֿן „יוטוב‟ פֿאַרשפּרייט טויזנטער פּאַראָדיעס אויפֿן דײַטשישן פֿילם „דער אונטערגאַנג‟, וועלכער איז אַרויס אין 2004. די „יוטובער‟ האָבן באַגלייט פֿאַרשיידענע סצענעס, וווּ ברונאָ גאַנץ שפּילט די ראָלע פֿון הילטער, מיט כּלערליי טשיקאַווע און אָפֿט וווּלגאַרע אונטערקעפּלעך — צומאָל קריטיקירנדיק געוויסע פּאָליטיקער, יוגנטלעכע מוזיק-גרופּעס אָדער דאָס, וואָס מע האָט זיי צו שפּעט געבראַכט זייער פּיצע.
דערנאָך, האָט זיך אין אייראָפּע אָנגעהויבן אַ נײַע משונהדיקע כוואַליע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון קעץ מיט כּמו-היטלערס מאָרדעס, וועלכע מע האָט אָנגערופֿן „קיטלערס‟. שפּעטער האָט זיך באַוויזן אַ ספּעציעלע וועבזײַט, וווּ די אינטערנעץ-באַנוצער האָבן געזאַמלט בילדער פֿון כּלערליי זאַכן, פֿון עלעקטרישע אויסשליסערס ביז עמעצנס פּופּיקעס, וואָס דערמאָנען אין היטלערס וואָנצעס, טשופּרינע-פֿריזור אָדער אויפֿגעהויבענער האַנט.
אין דער קאָמפּיוטער-וועלט איז שוין לאַנג באַקאַנט דער אַזוי-גערופֿענער „גאָדווינס געזעץ פֿון נאַצי-פֿאַרגלײַכונגען‟, לויט וועלכן, ווען עפּעס אַ הייסע אינטערנעץ-דיסקוסיע גייט אָן גענוג לאַנג, ווערט אַלץ העכער דער שאַנס, אַז די באַטייליקטע וועלן פֿאַרגלײַכן עפּעס אָדער עמעצן מיט היטלער. ס׳זעט אויס, אַז אַזאַ פֿענאָמען געשעט אויך מיט די אינטערנעץ-בילדער. אויב מענטשן אויף דער אינטערנעץ שפּילן גענוג מיט אַ געוויס בילד, וועט עמעצער זיך געבן אַן עצה, ווי אַזוי מע קאָן עס „היטלעריזירן‟.
דער דאָזיקער פֿענאָמען באַשטייט פֿון עטלעכע פֿאַקטאָרן. אויב עמעצער וויל צוציִען דעם אויפֿמערק פֿונעם אינטערנעץ-עולם, קאָן אַזאַ גראַפֿישער עלעמענט, ווי היטלערס וואָנצעס אָדער אַ נאַצי־אוניפֿאָרמע פֿאַראינטערעסירן מער מענטשן, צוליב דער קאָמבינאַציע פֿון איראָניע, סענסאַציע און קאָנטראָווערסיע. דער בעסטער מעטאָד דאָס צו דערגרייכן איז אויסצונוצן דעם סאַמע באַרימטסטן מערבֿדיקן סימבאָל פֿון רציחה און פֿאַרוואַנדלען אים אין אַ שפּאַס.
ס׳איז אויך וויכטיק צו באַמערקן, אַז דער דאָזיקער פֿענאָמען פֿון אינטערנעץ-„היטלעריזאַציע‟ איז פֿאַרבונדן מיט דער שטײַגנדיקער קולטור-טענדענץ צו מאַכן חוזק פֿון די נאַציס אויף אַ טשיקאַוון אופֿן. ווי אַ בײַ-עפֿעקט פֿון דער דאָזיקער טענדענץ, ווערן אָבער די געשטאַלטן פֿון די נאַציס מער אָנגענומען ווי אַ לעגיטימע עסטעטישע טראַדיציע.
למעשׂה, האָט די פֿירמע „JC Penney‟, וועלכע האָט אומגערן צוגעגעבן איר טשײַניק אַ סתּירותדיק „פּנים‟, האָט אין עטלעכע שעה פֿאַרקויפֿט די גאַנצע סתּירותדיקע סחורה — נאָכדעם, ווי עפּעס אַן אינטערנעץ-באַנוצער האָט אָנגעשריבן, אַז דער טשײַניק זעט אויס ווי היטלער.
ס׳איז שווער צו זאָגן, צי מע דאַרף זיך טאַקע זאָרגן וועגן דער דאָזיקער נײַער אינטערנעץ-מאָדע. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז מע דאַרף זיך נישט חידושן, אויב מע וועט ווײַטער טרעפֿן דעם טרויעריק־באַרימטן דיקטאַטאָר אין אומדערוואַרטע ערטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.