גלײַך פֿאַרן קומענדיקן פּאַראַד פֿון האָמאָסעקסואַלן אין טאָראָנטאָ, וועלכער וועט פֿאָרקומען דעם 30סטן יוני, האָט די באַקאַנטסטע קאַנאַדישע אַנטי-ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע — „קוויר-לײַט קעגן דעם ישׂראלדיקן אַפּאַרטהייד‟ (QuAIA) — ווידער אָנגעהויבן איר אַקטיוויטעט.
די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע פֿון „LGBT‟-אַקטיוויסטן אין טאָראָנטאָ האַלט, אַז ישׂראל איז אַן אַפּאַרטהייד-מלוכה, וואָס דערנידעריקט די פּאַלעסטינער, אַרײַנגערעכנט די פּאַלעסטינער האָמאָסעקסואַלן. אינעם יאָר 2008 האָט זי צום ערשטן מאָל געמאָלדן, אַז זי וויל זיך באַטייליקן אינעם „האָמאָסעקסואַליסטישן שטאָלץ-פּאַראַד‟. זינט דעמאָלט אָן רופֿט איר טעטעקייט אַרויס אַ קאָנטראָווערסיע יעדעס יאָר. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די ייִדישע קהילה-אָרגאַניזאַציעס האָבן געבעטן נישט צו דערלאָזן די אַנטי-ישׂראלדיקע גרופּע צו מאַרשירן אויפֿן פּאַראַד, און נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ צאָל שטאָטישע פּאָליטיקער פּרוּוון אָפּצושטעלן די סובסידיעס פֿאַר די פּאַראַד-אָרגאַניזאַטאָרן, כּל-זמן די גרופּע באַטייליקט זיך אין דער אונטערנעמונג, האָט די אָרגאַניזאַציע זיך באַטייליקט שוין פֿיר מאָל אינעם יערלעכן פּאַראַד.
די קעגנער פֿון דער אָרגאַניזאַציע האָבן געפּרוּווט צו באַווײַזן, אַז דער באַגריף „ישׂראלדיקער אַפּאַרטהייד‟ קומט אין סתּירה מיט דער פּאָזיציע פֿון דער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע און פֿון דער פּראָווינץ אָנטאַריאָ לגבי די מענטשנרעכט. נישט לאַנג צוריק, האָט דער הויפּט-יוריסט פֿון טאָראָנטאָ געמאָלדן, אַז דער דאָזיקער באַגריף ברעכט נישט קיין שטאָטישע אָדער געגנט-רעגולאַציעס. דאָס מיינט, אַז די גרופּע וועט זיך פֿאָרט באַטייליקן אינעם פּאַראַד.
דעם 27סטן מײַ, האָט די צײַטונג „טאָראָנטאָ מאָרנינג סטאַר‟ איבערגעגעבן, אַז טאָני סוזאַ, אַ מיטגליד פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט געזאָגט, אַז זײַן גרופּע ברעכט נישט קיין געזעצן און פּרעדיקט נישט קיין שׂינאה. „מיר ווילן בלויז יושר פֿאַר די פּאַלעסטינער‟.
דער בירגערלעכער פּאַראַד פֿון האָמאָסעקסואַלן איז אָבער נישט אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר פּראָטעסטן פֿאַרן יושר אויפֿן מיטל-מיזרח. אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס קעמפֿט פֿאַר די רעכט פֿון האָמאָסעקסואַלן, וואָלט געדאַרפֿט, קודם-כּל, אויפֿטרעטן קעגן אַזעלכע נישט-מלוכישע אָרגאַניזאַציעס, ווי „כאַמאַס‟, „כעזבאָלאַ‟ און „איסלאַמישער דזשיהאַד‟, וועלכע באַציִען זיך צו די האָמאָסעקסטאַלן בפֿירוש נעגאַטיוו און באַשטראָפֿן זיי מיט טויט.
די אַנדערע קשיא באַשטייט אין דעם, פֿאַרוואָס האָט די דאָזיקע גרופּע אויסגעקליבט דווקא ישׂראל ווי דעם צענטער פֿון זייער קריטיק, און נישט דעם גאַנצן מיטל-מיזרחדיקן ראַיאָן? אין סעפּטעמבער 2011, זענען דרײַ מענער אויפֿגעהאַנגען געוואָרן אין איראַן פֿאַר האָמאָסעקסועלע באַציִונגען. 14 האָמאָסעקסועלע יונגע־לײַט זענען דערהרגעט געוואָרן אין באַגדאַד בלויז אין די ערשטע וואָכן פֿונעם יאָר 2012.
דער קאַמף פֿאַרן סאָציאַלן יושר איז די איידלסטע טעטיקייט. פֿאַרוואָס האָט אָבער אַזאַ גרופּע אויסגעקליבן דווקא ישׂראל ווי אַן אָביעקט פֿון קריטיק — אַ לאַנד, וווּ האָמאָסעקסואַלן לײַדן נישט אַזוי שטאַרק, ווי אין די אַנדערע מיטל-מיזרחדיקע לענדער? דאָס שמעקט נישט מיטן סאָציאַלן יושר, נאָר גיכער מיט אַנטיסעמיטיזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.