פֿאַר אַ יאָרן האָבן מיר, מײַן פֿרוי און איך, על־פּי־צופֿאַל פֿאַרבראַכט בײַם „דזשעט־לאַג‟ פֿעסטיוואַל[ Jet-Lag] אין די ניו־יאָרקער קעטסקיל־בערג, ווען מיר האָבן אַהין צוגעפֿירט דעם זינגער מיישקע אַלפּערט. בײַ דער געלעגנהייט האָט ער מיטגעזונגען אויף ייִדיש מיט דניאל קאַהן און פּסוי קאָראָלענקאָ. מיר זענען דעמאָלט פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿונעם פּייסאַזש, וווּ דער פֿעסטיוואַל קומט פֿאָר — אַ טאָל צווישן צוויי בערג מיט טײַכלעך אויף ביידע זײַטן. צו גיין צו פֿוס פֿון איין עק פֿעסטיוואַל צום צווייטן האָט געדויערט אַ האַלבע שעה — אַ העלבע שעה פֿון וווּנדערלעכער נאַטירלעכער שיינקייט.
אין די ייִדישע קולטור־קרײַזן הערט מען נישט וועגן „דזשעט־לאַג‟ ווײַל, אין תּוך, איז דער דרײַ־טאָגיקער פֿעסטיוואַל געצילט אויף רוסיש־רעדנדיקע, און רוסיש איז די הויפּט־שפּראַך בײַם עולם. ס‘רובֿ פֿון די פֿעסטיוואַל־אָנטיילנעמער זענען נישט קיין ייִדן, מיר דאַכט, אָבער, ייִדישע „מאָמענטן‟ האָבן דאָך אַן אָרט דאָ און דאָרט.
דאָס יאָר, ווען מיר זענען נאָר אַרויסגעקראָכן פֿונעם אויטאָ, האָבן מיר דערהערט „טומבאַ־לאַ־לײַקע‟ פֿון דער בינע, און ווען מיר האָבן זיך דערנענטערט, האָבן מיר געזען, אַז דאָס פּאָרל — די זינגערין אינאַ באַרמאַש און איר מאַן, דער וויאָלאַ־שפּילער לעוו זשורבין, האָבן געזונגען ייִדישע לידער. מיט באַרמאַש האָבן מיר זיך צום ערשטן מאָל באַקענט, ווען זי האָט געזונגען פֿאַר דער „פּרינסטאָן‟-אוניווערסיטעט קאַפּעליע — „די קלעז־דיספּענסערס‟. שוין יאָרן ווי זי טרעט אויף מיט איר מאַן, מער באַקאַנט מיטן בינע־נאָמען „ליאָוואַ‟ אין אַ גרופּע וואָס הייסט „ראָמאַשקע‟. זייער מוזיק דעקט אַ ברייטן שטח, און נעמט אַרײַן אַלטע ייִדישע און רוסישע פֿאָלקסלידער און עקספּערימענטאַלע מוזיק.
זשורבין איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע אין 1978, דער זון פֿונעם באַקאַנטן רוסישן קאָמפּאַזיטאָר אַלכּסנדר זשורבין און דער שרײַבערין אירענאַ גינזבורג. קיין ניו־יאָרק איז ער געקומען אין 1990 און האָט גראַדויִרט פֿון דער „דזשוליאַרד‟־מוזיקשול. ער באַקומט וויכטיקע מוזיק־באַשטעלונגען, און שאַפֿט אָריגינעלע מוזיק פֿאַר פֿילמען, טעלעוויזיע, טענץ און קאָנצערטן. צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי אינאַ, האָבן זיי צוויי זין, וועלכע מע זעט אָפֿט טאַנצן לעבן זיי אויף דער בינע.
אויף דער הויפּט־בינע האָבן זיי געזונגען אַ רעפּערטואַר פֿאַר אַ ברייטערן עולם, אָבער צוויי שעה שפּעטער, אויף אַ קליין בינעלע אין עק פֿעסטיוואַל, האָבן זיי פֿאָרגעשטעלט אַן אַנדער רעפּערטואַר — ליאָוואַ, שפּילנדיק אַ מער עקספּערימענטאַלע מוזיק אויף זײַן וויאָלאַ צוזאַמען מיט אַ קאָמפּיוטער; אינאַ באַרמאַש האָט געזונגען זעלטן געהערטע פֿאָלקסלידער, אַרײַנגערעכט איין ליד, וואָס זי האָט זיך אויסגעלערנט פֿון אַ רעקאָרדירונג פֿון מײַן באָבען, ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן — אַפֿשר דאָס איינציקע פֿאָלקסליד אויף ייִדיש, אין וועלכן עס ווערט דערמאָנט „קאַווע‟.
שטיי שוין אויף, טאָכטער מײַן געטרײַע
דײַנע ליפּעלעך זענען דיר פֿאַרשמאַכט.
שטיי שוין אויף, טאָכטער מײַן געטרײַע,
דײַן קאַווע, זי שטייט שוין פֿאַרטיק געמאַכט
זע, ווידעאָ פֿונעם פֿעסטיוואַל:
געזונגען האָט זי טאַקע אין אַן אַלטן טראַדיציאָנעלן סטיל, און ס‘איז אַלע מאָל אינטערעסאַנט געווען צו זען, ווי נײַע זינגערס לעבן אויף אַלטע פֿאַרגעסענע לידער קאָמבינירנדיק דאָס אַלטע און דאָס נײַע (אין דעם פֿאַל איז ליאָוואַס וויאָלאַ־באַגלייטונג געווען „דאָס נײַע‟).
דער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ, וועלכן מיר האָבן שוין באַשריבן אין „פֿאָרווערטס‟, איז טאַקע אַ פֿענאָמען. מיט אַ דאָקטאָראַט אין דער רוסישער ליטעראַטור פֿאַרווײַלט ער דעם עולם אויף אַ הויך אינטעלעקטועלן אופֿן, צוניופֿמישנדיק קינדער־לידער, גאַסן־לידער און באַמערקונגען וועגן דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט. זײַן ייִדישע אידענטיטעט שפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין אַלע פֿאָרשטעלונגען זײַנע, נישט געקוקט אויף דעם, צי דער עולם איז אַ ייִדישער צי נישט. דערצו „פּראָדוצירט‟ ער אַ סך „סחורה‟, און בײַם פֿעסטיוואַל האָט ער מיר דערלאַנגט זײַן נײַ קאָמפּאַקטל פֿון רוסישע לידער „רוסקאָיע באָגאַטסוואָ‟ — רוסישע אוצרות.
כאָטש ער מאַכט זיך אָפֿט משוגע אויף דער בינע, איז די רעקאָרדירונג אַן ערנסטער, מיט בלויז זײַן געזאַנג און מיט דער פּיאָנע־באַגלייטונג פֿון אַליאָנאַ אַליאָנקאָוואַ. ס‘רובֿ לידער האָט באַאַרבעט קאָראָלענקאָ פֿון באַקאַנטע רוסישע שרײַבער, ווי גאָרקי, מאַנדעלשטאַם און אַנאַ אַכמאַטאָוואַ. אַ שטאַרק, עמאָציאָנעל קול הערט מען דאָ, וואָס ווערט פֿאַרלוירן אויף די גרויסע קאָנצערטן.
פּסוי האָט מיר געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז „דזשעט־לאַג‟ איז אַנדערש פֿון די אַנדערע רוסישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן. דער ציל איז טאַקע פֿאַר אַ ברייטערן עולם, וואָס וויל הערן נישט בלויז רוסישע, נאָר פֿאַרשיידענע מינים מוזיק. למשל, אַ ראָק־און־ראָל גרופּע אָן קיין שום רוסן — „וויסקי רעבעליאָן‟ [משקה ווידערשטאַנד] האָט געזונגען אין אַ 1980ער ראָק־מוזיק־סטיל. דעם באַקאַנטן ראָק־און־קלעזמער גיטאַר־שפּילער פֿון רוסלאַנד, וואַניע זשוק, האָט מען געבראַכט צום פֿעסטיוואַל פֿון מאָסקווע נישט בלויז אויפֿצוטרעטן מיט זײַן מוזיק, נאָר אויך אָנצופֿירן מיט אַ בלוז־גיטאַר־וואַרשטאַט.
ניו־יאָרק איז אַ וועלט מיט וועלטלעך און „דזשעט־לאַג‟ איז אַ וועלטל וואָס איז אונדז בעצם פֿרעמד, אָבער ציט אונדז צו זיך סײַ־ווי־סײַ יעדעס יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.